שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
560
רעאקציע ראטע
3,060
ווען מען קומט אריין אין א נייע בית המדרש איז אלעמאל דא דער געשמאקע אינגערמאן וואס קומט צי מיט א ברייטע שלום עליכם מיט א שמייכל, און איז באוואפנט מיט א קאפי און צומאל אפילו א דעיניש גרייט צי מקבל פנים זיין דער נייע איד.

איך שטעל מיך דא אלץ דער געשמאקער איד, נו זאל דער עולם זיך אינטרעדוצירן.

(אויב דארפסטו א קאפי ביטע קום אין אישי😂)
 
אלזא לאמיר גיין פתיחה.
איך בין קהל׳ס נער, איך האב שטארקע דעות, איך קארג נישט אויף אויסדרוק ווערטער, נישט קיין חסיד פונעם סיסטעם, פאטער, מאן און איך בין א באקאנטע שרייבער אויף ״קאווע שטיבל״
 
לעצט רעדאגירט:
שלום עליכם קהל'ס נער אייער קול הערט זיך גאר איינגענעם. איך האב אייך זייער געוואלט טעגן אבער איך קען נישט אויספיגערן וויאזוי. אפשר וועט א גבאי באלד קומען צו הילף.
 
עליכם השלום!

שלום עליכם, עליכם ועל בנותיכם!

איך בין נישט אזא באקאנטע שרייבער אבער איך קען זייער גוט ליינען, אזויווי יענער וואס האט אסאך עקספיריענס אין די בעיקערי ליין, האמער, ער עסט שוין דרייסיג יאר סעווען לעיאר און שטרודל.

איך בין קודם א מאן און נאכדעם א פאטער, אויסער אויב מ׳האט מיר נישט דערציילט עפעס, איך בין דוקא יא א חסיד פונם סיסטעם, ס׳איז א גוטע open air prison פאר די וואס ברויכן עס און דר׳עולם שרייבט זיך דארט איין מרצונם הטוב, קיין מיינונגען האב איך נישט אבער איך רעד אסאך פשוט אויסצוקוקן גוט.
 
גלייך לויפט ער שוין צו די טעכטער😂😂
 
יעצט געכאפט אז איך האב זיך פארגעסן פארצושטעלן.

איך בין טעלעפאן, א פשוט'ע אפאראט, מיין תפקיד איז צו טראגן אין ברענגען. און וויבאלד איך בין סתם א צינור און א שליח, נעם איך נישט קיין שום אחריות אויף וואס ס'קומט פון מיר ארויס. ביטע נישט נעמען פערזענליך.
 
שלום וברכה,
איך הייס זית רענן,
מיין זיידע האט מיר דערציילט אז ביי מיין ברית האט זיין פאטער ע"ה דערציילט אז דער נאמען קומט פון א זיידע וואס האט געהייסן נאך א באבע וואס האט געהייסן זיסל און זי איז געווען אזוי שיין ווי רחב הזונה וואס רבי יצחק זאגט אז כל האומר רחב רחב מיד ניקרי, ממילא האט מען צוגעגעבן דעם נאמען רענן וואס איז דומה צו רינען.
באמת איז דא אסאך וואס מ'קען מאריך זיין אינעם ענין, נאר אזוי ווי דער יו"ט פסח איז ממשמש ובא, ווי אויך איז דער נושא מן הדברים שהשתיקה יפה להם ממילא וועל איך אויף דערווייל לאזן דעם זאך הענגן ועוד חזון למועד ביתר שאת וביתר עוז בשבת אחים גם יחד ובצוותא חדא עד ביאת גואל בקרוב במהרה בימינו אמן נצח סלה ועד אמן ואמן.
 
א גוטן מיינע טייערע ברודער.
מיין נאמען איז טעוויע דער מילעכיגער, און ניין נישט דער היינטיגער וועלכער שפילט אויף בראדוועי, נאר דער ארגינעלער טעוויע וועלכער מיט זיין הייזעריגער קול און געלע טלית קטן און גרויסע אויגן מיט זיינע גלאנציגע באקן ווען בשעת'ן פיטערן זיינע קיען אין שטאל קוקט ער ארויף צום הימל און שמועסט מיטן אלמעכטיגער און פרעגט עם, וואס וואלט ווען געווען אזוי געפערליך אויב וואלסטו מיך ווען געגעבן כאטשיג א קליינעם פארטשון, ס'וואלט ממש משנה געווען די סדרי בראשית??
 
לעצט רעדאגירט:
שלום וברכה.

איך בין אסקאר, א אומאקטיווע אדמין אינסטאנץ. מ'האט מיר דא אהער געשטעלט צו קענען קריטיקירן און געבן אדמיניסטראטיווע בּאראָטונג. טראץ וואס איך האב (דערווייל) עטוואס אדמיניסטראטיווע כוחות ווערט עס חלילה נישט גענוצט נאר אויפן פארלאנג און הסכם פון די וועד הנהלה. און ווען די צייט וועט קומען און אלעס וועט זיין מסודר וועט מען צוריק גיין אין מיסט קאסטן און ווייטער פראווען פון דארט.
 
שלום וברכה
בינעך שבתי דער בינדער
ובכל תפירה ותפירה אומר לשם יחוד קב"ה ושכינתיה

מיין לעבן איז איין לאנגע טריפ מיט אסאך סטאפ'ס ביי פארשידענע סטאנציעס. ביי יעדן וועג האף איך צו וויסן דעם באשעפער. און ביי יעדן אפשטעל וויל'ך אויסשרייען "שהכל נהיה בדברו".

ביני ביני כאפ איך אריין א הנחת תפילין, א לעכטיגע זיסע שבת, א שטיקל בעש"ט.

כ'גלייב אז די גאולה איז שוין דא. מ'קען האבן א זיסע לעבן מיט בטחון אין חסד השם, שפע קודש, טוהן וואס מ'וויל באמת טוהן און נישט דוקא וואס יעדער טוהט.

כ'וואוין במחשבה אין א מושב אין א"י, און בגוף בינעך דערווייל אין דשעקסאן.
-

פרייהייט פון ווארט איז א גרויסן פאקטאר אין חֵרוּת, דערפאר איז מיר א כבוד צו זיין דא אין קרעמל.

לאמיר אלע האבן א לעבן פון גאולה!
גוט שבת!
 
דער גאלדענער אדלער! כ'זעה אז ס'איז מנהג המקום דא זיך פארצושטעלן, איז פארוואס זאל איך זיין אנדערש? הגם כ'גלייך גראדע יא צו זיין אנדערש, העלעך אבער יא אדאפטירן דעם מנהג און מיך פריש אינטראדוסן פאר די וואס געדענקן מיך נישט פון מיין אלטע נעסט. אני הקטן הנקרא "דער גאלדענער אדלער" ווייל כ'האב שטארק ליעב ארום צו פליען מיט מיינע געבענטשטע אויסגעשפרייטע פליגלן ווי א נייגעריגע קאטשע און מיטהאלטן אלעס. קרעמל איז מיין נייע נעסט און דא פלאן איך צו לייגן מיינע פרישע אייער, און האפענטליך וועט דער עולם הנאה האבן פון מיינע ארטיקלעך און קאמענטארן
 
א גוט יאר אידן! יא שמן פון קאווע שטיבל! דאס בין איך! העפי צו זיין דא אויף די נייע מקום! הערליכע סייט!!!
 
לעצט רעדאגירט:
שלום וברכה.

איך בין אסקאר, א אומאקטיווע אדמין אינסטאנץ. מ'האט מיר דא אהער געשטעלט צו קענען קריטיקירן און געבן אדמיניסטראטיווע בּאראָטונג. טראץ וואס איך האב (דערווייל) עטוואס אדמיניסטראטיווע כוחות ווערט עס חלילה נישט גענוצט נאר אויפן פארלאנג און הסכם פון די וועד הנהלה. און ווען די צייט וועט קומען און אלעס וועט זיין מסודר וועט מען צוריק גיין אין מיסט קאסטן און ווייטער פראווען פון דארט.
וכשזה נופל, זה קם! איז צום האפן אז וואטעווער דיין עכטע ניק איז, גייסטו שניידן די פירות פון דיין אייגענע האנט ארבייט דורכ'ן דעליווערן הערליכע ארטיקלעך און קאמענטארן
 
די נאמען איז זיך באמת'ן געקומען פאר די אנדערע זייט אבער אזוי ווי מיין ברית איז געוועזן בו ביום אויפ'ן יארצייט פון די עלטער זיידן פונעם צווייטען זייט, איז געווארן א דילעמע און א קריגעריי צווישן מיינע עלטערן פאר וועם "ס'קומט" זעך די נאמען, למען השלום האט מען מיר קיין נאמען געגעבן.

אזוי גיי איך ווייטער און ווייטער, נישט וויסענדיג ווער איך בין און אפמאכן איינמאל פאר אלעמאל וויאזוי זעך אהערשטעלן אלס א צופרידענע מעמבער אין סאסייאיטי. אויך ווייס איך נישט וואספארא שטרעבונגען און אנלויפענישען עס לויפן אלע מיינע ארומגענומענע.

קוק איך ארויס אז קרעמל זאל מיר אריינשיינען דער ריכטיגע מהלך אז ס'זאל שוין בקרוב מקיום ווערן שמו הולך לפניו.
 
יענער האט געהאט שוועריקייטן אין נעמען א צד ציווישן רש''י און ר''ת און נישט וועלענדיג זיך מישן אין מחלוקת האט ער פשוט נישט געקענט לייגן קיין תפילין.
 
שלום עליכם!

איך בין א גאט פארכטיגער איד, זייער אפיניענעיטעט, א שטיקל היציגע ציוני, די סיסטעם איז פון מיינע אומבאליבטע עניינם, אביסל שכל האב איך ב''ה אויכעט.

פון מיינע טאלאנטן ציילט זיך קאכן אתרוג קאמפאט, שרייען די ערשטע יעלה ויבוא, און שטיפן צייט אויף א מאסנשטערבליכען פארנעם.

נייס טו מייט יו אלל!
 
וועלקאם טאלאנטפולע דאאד מאכט אייך באקוועם און היימיש, שארף אויס דיין פעדער'ל קענסט שרייבן מיט כל מיני אותיות מיט אלע מיני קאלירן..
ווי אויך ברויכסט נישט ווארטן ביז יעלה ויבוא צו שרייען, קענסט שוין אנהויבן מוריד הטל
 
Back
Top