שלום עליכם, לאמיר זיך באקענען!

א אפיקורס אדער איז מען אדער נישט
וה"ה במאמין
עס איז נישט דא קיין חציו מאמין חציו אפיקורס
ל״ד. ווי דר. ריטשערד דאָקינס זאגט:
IMG_7419.jpeg
 
אדער מיינט ער צו זאגן אז ער איז א געבוירענער אפיקורוס, און כאטש וואס ער האט זיך געדרייט ביי די חברה איז ער געבליבן דער זעלבער אפיקורוס, ווי רש״י זאגט אויפ׳ן פסוק עם לבן גרתי.
 
איך מיין אז מיר האבן דא אין קרעמל אלע דרגות.
הצד השווה שבהן שלידתן בקדושה ודעתן לחזור.
איך מעג זיך חולק זיין אויף דיר?
אלע דרגות יא! אבער דעת כולם לחזור
איך קען צופיהל וואס זענען ערליך חסידיש און פרום וואס זענען אחד בפה ואחד בלב וכו'....
 
תרמב!!!
שלום עליכם!!!

כ'טוה אויס מיין היט'ל פאר דיך!
יהא בואכם לברכה!
טו שנעל צוריק אן דעם היטל...

אדער לייג ארויף דיין הענט אויף דיין קאפ... מ'דארף דאך צוויי כיסויים...

פארוואס האסטו עס אויסגעטון?
 
העלאו יעדער איינער!

איך בין תרמב

יא, ס'איז די זעלבע תרמב פון אייוועלט, אידטיש און פון קאווע שטיבל.

איך בין נישט אזוי קריעטיוו אויפצוקומען מיט א פרישע נאמען יעדע מאל ס'עפענט זיך א נייע וועבזייטל...
 
ס'עפענט זיך שנירלעך כמעט יעדן טאג.

אריות שבחבורות דרייען זיך דא פראנק און פריי.

די הורמאניע, לייכט'קייט, איז עפעס וואס כ'געדענק נישט. אנשטאט פון יראת העונש, מ'וויל אלע די זעלבע זאך.

(כ'קען א שיינע עולם דא אין ריעל לייף אדער ווירטואל. וועם נישט, קענעך כאטש חברה וואס קענען זיי.)

פון מיין זייט, וויל זיך ס'זאל בלייבן ביי דעם. מ'זאל אריינלאזן צוויי דריי שטארקע חברה יעדע וואך.

כ'ווייס אז באלד קומט א שטורעם.

ס'גייען זיך אריינסיינען אלע מינע חברה. אויך חברה וואס האבן א פארקערטן ציהל. ס'גייט קאסטן כוחות.

מ'קען טאקע נישט זיין סעלפיש. אונזערע ברידער'ס ווילן פרייהייט פון ווארט. גאולה.
אבער מ'גייט זיך בענקן נאך די ראוגע מינוט'ן!!!

--

אלזא לאמיך אריינכאפן, זיך באגריסן מיט אלע טייערע חברים.
בלא כחל ושרק. סתם א הארצליכ'ן ברידער'ליכן שלום עליכם


קודם פארן פותח ה'סייט האנאנומי! דערווייל איז עס ב"ה באמת פרייהייט פון ווארט!!! ס'קוקט אויס ווי די גאנצע הנהלה גייט פאר דעם!!! די אמת'דיג'קייט, ענוה, אויפריכטיג'קייט דערקענט זיך אין יעדע ווינקל פונעם סייט!!!

איצטער צו די ניקים וואס כ'קען אביסל און מ'האט זיך נאכנישט באגריסט דא. (כ'שרייב בלי סדר, וועם כ'באמערק און כ'קען זאגט מען העלא)

איי @לייביש שרייבער !!! כ'ווייס נישט ווי אנצופאנגן, אבער דיין ענערגיע!!! שעות ע"ג שעות אין די בעק ענד און מיט ארטיקלן דא!!! לייביש ביסט א רוח שאינו מצויה!!!
אלפי תודות!!!

@חבקוק חבקוק!!! דיין זיס'ן נפש!!! דיין פאזיטיווע ענערגיע גיסט זיך איבער אויף יעדע שורה וואס דו שרייבסט!!! די כוחות און צייט וואס דו ביסט אלס מנדב דא וועט נאך מאכן א גרויס קידוש השם!!!

מיין רבי @מי אני !!! (כ'טראסט דיך מיט שאלות וואס כ'קען נישט פרעגן קיינעם אין די וועלט). מיט אלע דיינע חכמה האלסטו זיך נישט גרעסער פון קיינעם. מיט דיין עניווית געסטו א סך הכל אויף וואספארא טעמע מ'דארף נאר!!! כ'בין האומבל'ד צו ליינען דיינע תגובות, און וויסן אז ביסט ציווישן אונז!

@אלעזר !!! נאכן אויפשאקלן וועלטן אין אנדערע פלעצער.. ביסטו פיינעלי דא!!! ביסט געוועהן מיין ערשטע רביה"ק!!! מיך אויסגעלערענט אז מ'קען און מ'דארף טראכטן אליין!!! נישט מורא האבן צו שרייבן אפי' דער יעניגער וועט זיך רעגן.. שרייב אלעזר שרייב!!!
(בלי גילוי חלילה. נכתב ברשות)

@קהל׳ס נער !!! דיין לייכט'קייט מאכט מיך שמייכל'ן ווען אימער מ'זעהט נאר א גריס פון דיך!!! דער קהל'ס נער מאכט יעדעם לאכן, טשילן, נישט נעמען קיין פרעשור!!!

@ערפל !!! דיין נעפל איז קלארער ווי אסאך רבנים!!! ביסט אן אמת'ע חבר!!! כ'נאש פון דיך אזוי פיהל!!!

@אלפא !!! כ'הייב אונטער מיין דאטשיק פאר דיך!!! אזוי פיהל הקיף און קלארקייט!!! שרייב שרייב אהן מורא!!!

--

כ'האב נאכנישט גענדיגט, ועוד חזון למועד בעז"ה!!

שלום עליכם צו אלע איינגעשריבענע!! מאכט'ס אייך אלע היימיש און באקוועם!!
 
לעצט רעדאגירט:
העלאו יעדער איינער!

איך בין תרמב

יא, ס'איז די זעלבע תרמב פון אייוועלט, אידטיש און פון קאווע שטיבל.

איך בין נישט אזוי קריעטיוו אויפצוקומען מיט א פרישע נאמען יעדע מאל ס'עפענט זיך א נייע וועבזייטל...
שלו' עליכם ידידי וש"ב איך האף אז אויך דא וועל איך הנאה האבן פון דיינע ווערק
 
ש"ב?!

אזוי גאר...

עליכם השלום!
יא
מ'האמיר זיך געשריבן אין אייוועלט פון מיין ניק דארט
איך רוף זיך נישט דא אזוי ווי דארט ווייל דארט איז דא צופיהל וואס קענען מיך ביים שם המפורש
 
יא
מ'האמיר זיך געשריבן אין אייוועלט פון מיין ניק דארט
איך רוף זיך נישט דא אזוי ווי דארט ווייל דארט איז דא צופיהל וואס קענען מיך ביים שם המפורש
איך גיי נישט פרובירן צו כאפן וועלכע ניק ס'איז מיין ש"ב, ווייל איך האב שוין אויפגעכאפט אז גילוי איז מוראדיג הארב דא, ובמורא גדול זה גילוי!

אבער אז דו ווילסט מיר אמאל ברעכן מיין נייגער קענסטו מיר זאגן אין אישתי אדער האועווער אישי הייסט דא.

מסתם הייסט עס איידעם... שנירן זענען פובליק... די איידימער זענען פריוואט...
 
טו שנעל צוריק אן דעם היטל...

אדער לייג ארויף דיין הענט אויף דיין קאפ... מ'דארף דאך צוויי כיסויים...

פארוואס האסטו עס אויסגעטון?
ביסט אריינגעקומען און האסט געמאכט א ווינט און זיין קאפל איז פשוט אראפגעפאלן פונעם ווינט
 
העלאו יעדער איינער!

איך בין תרמב

יא, ס'איז די זעלבע תרמב פון אייוועלט, אידטיש און פון קאווע שטיבל.

איך בין נישט אזוי קריעטיוו אויפצוקומען מיט א פרישע נאמען יעדע מאל ס'עפענט זיך א נייע וועבזייטל...
העלא תרמב. נייס טו סי יו
 
שלום עליכם, איך בין א נייגעריגער איד, געוועזענער חסיד, שטיקל ישיביש, און א מענטל העלט פראפעשאנאל אויס בארוף. איך בין בעיקר אינטערעסירט אין חרידישע סאציאלאגיע און היסטאריע.
 
חלק ב'

@פרנס החודש !!! יאָניק עז איט קען בּי!!! יהי רצון זאלסט דא קענען עקספרעס'ן אלע דיינע שיטות, זאל זיך דער עולם צוריק טענה'ן, ס'זאל גיין א רויעך!!!

@דער גאלדענער אדלער !!! אוי גאלדענער!!! פונעם הונגעריגן שמעלקא ביז די זאטע הערות און תגובות, דיין שמייכל שפירט זיך איבעראל, און אלעס מיטן גאלדענעם שביל!!!
ס'איז אלעמאל איינגענעם צו פארברענגן מיט דיך!!!

@שמן למאור !!! כ'האב מורא דיך צו אריין שטעלן אין א קעסטל, ביסט דאך א ווארט זאגער פאר כלל ישראל!!! (כ'בעהט דיך איבער אויב ס'איז א חשש דחשש דחששות של קריבא לגילוי..)

--
אפאר ניקים וואס כ'זעה אין קרעמל צום ערשטן מאל און כ'האב הנאה פון ענק.

@טעלעפאן קומסט אריין זייער קלאר, באזעסן, און אינפארמעטיוו!

@זית רענן ווי א חוקר פון די גאלדענע עפאכע מיט בערג סחורה!

@צדיק הדור מיט א חן, שרייבסט געשמאק! געבסט צו אסאך!

@כגוונא האסט אריין געקומען מיט א שטורעם, מליצות'דיג, פאעטיש!

ואחרון חביב דעם רב הקרעמל ר' @יששכר כץ . כ'הייב הערשט אהן צו באקענען א אידישע אויסגעטרויטענעם וועג וואס קוקט אויס גאר פיין. כ'וועל דיך נאך בעז"ה ניצן אלס א וועג ווייזער אין אסאך הינזיכט'ן. כ'ווארט צו לערנען דיינע רייד!
 
לעצט רעדאגירט:
שעפטי, די כבוד זאלסטו זיכער לאזן, אבער די יראה נעם אוועק.

יישר כח פאר אלע וואס האבן אריינגעלייגט צייט און מוח אין די סייט, און א יישר כח פאר די ווארעמע אויפנאמע!
 
כרם זית איז פיין! די ערשטע זאך ער קומט אריין אין קרעמל נעמט ער זיך פלאנצן זיינע זיסע קערענדלך.
ברוכים הבאים!
 
Back
Top