3 גרעסטע חסיד'ישע היראס!

ער איז נישט די ערשטע און נישט די לעצטע געציל בערגער, דמשק אליעזר, בערגער, אברמי בראך, ועוד ועוד איך קען נישט קיין איין חסידות וואס האט א נעט Worth פון 3-4 ביליאן, אויב נישט מער,
סאטמאר האט אויך די מערסטע מאלעסטערס און די מערסטע אלטע בחורים און די מערסטע אנזעצערס אזוי אויך האבן זיי די מערסטע עשירים,

וואס האט היינט חב''ד חוץ די שלוחים די גאנצע חסידות זענען צופלויגענע יתומים וואס האבן נאר א סקרין מיט א קבר צו גיין און ביי געוויסע א קבר אויך נישט, גראדע האלט איך פון אים , ער איז געווען א גרויסע איד, אויף זיינע פלייצעס ליגן מיליאנען בעלי תשובה'ס ער איז געווען גאר א שטארקער פירער און געלט האט דארט נישט געשפילט קיין ראלע בחייו, אבער היינט צופלויגן אויף טריליאן!
פון דיין קוק ווינקל, פון מיין קוק ווינקל איז סאטמאר אזוי צופלויגען, אפאר רבי'ס, מלאכט פון זלמן לייב אין זיין אייגענע קהילה, יעדער האט א צווייטע מיינונג דארט וכו'

נא פון דעם רעד איך רעלאטיוו צו גור, וויזניץ, סלונים, תולדות אהרן, באבוב, (פאפא האט נישט קיין פראבלעם) צאנץ, קלויזבורג - די רבי איז נישט בעלמה הדין...
פון דיין סאטמארע קוק ווינקל איז סאטמאר נארמאל ווייל אזוי קומט עס , און פון א גורער קוק ווינקל איז ער נארמאל און סאטמאר משוגע,

נישט געלעבט דעמאלטס סאו איי דאנט קנאו, אבער פון וואס גור טוט האט יעצט געטוהן מיט די מורדים, איז מוראדיג אה!! ממש איידעלע אידן
איך געדענק יא, און איך זאג דיר אז דאס איז גארנישט קעגן סאטמאר

די קענסט די גאנצע וויזניצע פרשה וואסערע טעראר סאיז געגאנגען אויפן צדיק שראלטשע ווייסטו?
איך ווייס נישט פונקטליך אבער איך גלייב אז דאס קומט נישט צו צו סאטמאר ווען יא וואלט איך שוין געהערט.

Side note
60 מייל פון קרית יואל איז דא די גרעסטע חסידישע געגענט אינדרויסן פון ארץ ישראל, און דארט זענען פאראן צענדליגער הערליכע קהילות אויסער סאטמאר,

אונז זענען פארקראכן דא,ַ ליובאוויטשע
רבי'ס פעולות איז נישט צו פארדאנקען סאטמארער.
 
קענסט צולייגן יואלי חיימו צו דיין ליסטע 🤣
ער איז א קרימינאל, ער שרייט נאך פרויען. דאס איז א קריים.

ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט ער געווען אדער אין תפיסה אדער אין א פארשלאסענעם ריהעב. אבער היות ער שפילט סאטמאר לאכט מען זיך אויס.
 
וויפל יואלי לאנדא'ס האבן סקווער גער פאפא באבוב וויזניץ ארויסגעגעבן פליז...
אויב איז דא איין חסידות וואס איז נארמאל!! סאטמער איט איז!! זאל עס עס אין לבוש צו און די בעדראם מען איז באויפן כללי אפין מיינדעד און די איינציגסטע פלאץ ווי סאטמער פארלירט זייער נארמאלקייט איז ציונות... שוין מען קען לעבן מיט עס ווען קאמפערד צו גער וואס איך וויל נישט רעדן קאמפערד צום טעראר פון סקווער וכו וכו'
אנטשולדיגט, קיין איין חסידות קען נישט נעמען קיין קרעדיט פאר דעם.

דא געבן זיי נישט קיין עדזשוקעישען אדער סיי וועלכע ביזנעס סקילס און דא קענען זיי נעמען קרעדיט? אויף וואס ארויף?
 
אנטשולדיגט, קיין איין חסידות קען נישט נעמען קיין קרעדיט פאר דעם.

דא געבן זיי נישט קיין עדזשוקעישען אדער סיי וועלכע ביזנעס סקילס און דא קענען זיי נעמען קרעדיט? אויף וואס ארויף?
סאטמאר איז נישט חסידות-דער סאטמאר רבי האט דאך גישריבען נשתכח דרך בעל שם טוב
סאטמאר איז א קהילה פון חרד׳ישע יידען ווי דער שלחן ערוך איז דער עיקר מורה דרך- רבי׳שע מנהגים שפיעלט דארט א מינדערוויכטיגע ראלע -זיי פאררופען זיך אויף רבי חיים הלבערשטאם ז״ל וואס כאטש ער איז גיוועהן פארעהרער פון חסידות און א תלמיד פון רבי נפתלי מרופשיץ און רבי צבי מזידטשויב און ער האט באזוכט אנדערע צדיקים אויך ווי לדוגמא רבי ישראל מרוזין און רבי מאיר פון פרעמישלאן איז ער גיוועהן בשורשו מער א תלמודי
און א הלכה גדול, און לימוד התורה איז ביי איהם גיוועהן וויכטיגער ווי ביי אנדערע רביים, זיין זון דער רבי יחזקאל שרגא משיניווע איז נאכמער גיוועהן אדוק אין הלכה מיט נאך ווינציגער חסידות מען קען
עס זעהן אין זייערע ספרים דברי חיים על התורה וואס איז גיבעיסט אויף רמב״ם און ספרי קבלה קודם
חסידות,און דברי יחזקאל וואס האט כמעט גארנישט מיט לימוד חסידות, דער ערשטער סאטמאר רבי וואס פון איהם איז דא כוואליעס פון דברי תורה,ווי ער ברענגט צוזאם מדרשים און ראשונים מיט שפעטערע מחדשים, איז ממעט צו ברענגען פון די ספרי חסידות , אויך זאגט ער נישט קיין תורת חסידות , נאר דברי כבושים וואס יעדער ייד קען דערהערן אפילו א מאדערן ארטאדאקס, ווייל ער האלט זיך צו די דברי תורה ומסורת שקדמה לחסידות , דער סאטמאר ייד, וואס מען רופט אהן א
- סאטמאר חסיד -איז א כינוי ער האט גארנישט מיט חסידות , אין אזוי האט דער בעל ויואל משה מחנך גיוועהן די דורות - א רבי איז א ראש פון די עדה אבער ער האט נישט מער מיט גאט ווי יעדער פשוט׳ער ייד
קרוב ה׳ לכל קוראיו לכל אשר יקראהו באמת .
 
אנטשולדיגט, קיין איין חסידות קען נישט נעמען קיין קרעדיט פאר דעם.

דא געבן זיי נישט קיין עדזשוקעישען אדער סיי וועלכע ביזנעס סקילס און דא קענען זיי נעמען קרעדיט? אויף וואס ארויף?
סאטמער קען פיין נעמען קרעדיט פאר דעם,
די וועג ווי אזוי מען האט פארמירט די חסידות, האט דירעקטע השפעה פון די געלט וואס גיסט זיך דארט,
דיין גרעסטע טעות איז אז סאטמער געט נישט קיין עדוקאציע פאר ביזנעס, פיין געבן זיי, די עדיקאציע איז נישט און א פארם פון ביכער אדער לערנען וועגן עקנאמיע וואס יעדער בר דעת ווייסט שוין היינט - (קרעדיט:טשארלי קורק) אז קאלעדשז איז א סקעם, און כ"ש וקל וחומר וכו א פאבליק סקול וואס מעם לערענט דארט ווי אזוי צו Hooking, ותו לא, נאר סאיז א Energy ווטס קיינער האט נישט און געט נישט און אויף סאקמער! קומט זיך א קלאפ אויפן רוקן,
 
עס איז וואהר אז אין סאטמאר זענען בנמצא שראוד
ביזנעס חברה ( אפשר קען זיין מלומדים אויך ווי אזוי צו סקעמען די סיסטעם ) און טהייל האבען מצליח גיוועהן אהנצוזאמלען געלטער מיט עשירות תבא עליהם ברכה, אבער צו א גרויסע פראצענט דעקן נישט זייער בודזשעט וועגן א חסרון אין עדיוקעישן .
 
צו א גרויסע עולם קען נישט דעקן זייער בודשזעט ביי די גוים טאקע דא אפאר דוקטורים אדער עשירים אבער רוב גוים קענען נישט דעקן זייער בודזשעט, וועגן א חיסרון און עדוקציע!!
 
צו א גרויסע עולם קען נישט דעקן זייער בודשזעט ביי די גוים טאקע דא אפאר דוקטורים אדער עשירים אבער רוב גוים קענען נישט דעקן זייער בודזשעט, וועגן א חיסרון און עדוקציע!!
איך מיין אז סאטמער האט פערצענטואל מער עשירים ווי די גוים
 
איך מיין אז סאטמער האט פערצענטואל מער עשירים ווי די גוים
און אויך מער וועלפער דעפענדעטס, אויך מער סנעפ קאנסומערס, מעדיקעיד פעיאיס,האוזינג עסיסטענס
סעקשן אכט ,פערצענטועל צו די אלגעמיינע באפעלקערונג , און אזוי ווי די סטאטיסטיקס קומען ארויס יעדע צעהן יאהר ביי די צענזוס , איז עס זייער נישט קיין געזונטע זאך,פאר די לאנג טערם, ווען אזעלכע ברואים ווי קענדענס אווענס און יעע, טשאוק קארלסאן ודומיהן ,מערן זיך ווי היישעריק מען דארף טהון ,אז די נומבערס זאלן אראפ גיין, ווייל אז נישט קען זיין אומבא׳טעמטע צייטען ,
והחכם עיניו בראשו
 
סאטמער קען פיין נעמען קרעדיט פאר דעם,
די וועג ווי אזוי מען האט פארמירט די חסידות, האט דירעקטע השפעה פון די געלט וואס גיסט זיך דארט,
דיין גרעסטע טעות איז אז סאטמער געט נישט קיין עדוקאציע פאר ביזנעס, פיין געבן זיי, די עדיקאציע איז נישט און א פארם פון ביכער אדער לערנען וועגן עקנאמיע וואס יעדער בר דעת ווייסט שוין היינט - (קרעדיט:טשארלי קורק) אז קאלעדשז איז א סקעם, און כ"ש וקל וחומר וכו א פאבליק סקול וואס מעם לערענט דארט ווי אזוי צו Hooking, ותו לא, נאר סאיז א Energy ווטס קיינער האט נישט און געט נישט און אויף סאקמער! קומט זיך א קלאפ אויפן רוקן,
איך ווייס נישט וואס דו רעדסט

קענסט מער מסביר זיין וואס זיי געבן און וואו דאס קומט אריין?

אויך אויב זיי געבו און ס'קומט זיך קרעדיט פארוואס איז אזוי שווער צו טרעפן 30 יואלי לאנדא'ס. 30 איז זייער זייער ווייניג פאר אזא ריזיגע קהילה ווי סאטמאר.
 
טשארלי קירק איז א רעדיקל אקס אנגעליינט פון די הירטידזש פאונדעישן, אלעס וואס זיי האלטן איז "פארקערט"

דארפסט גארנישט מער זאגן, דארפסט נאר גוגל'ען וואס האלט די לעפט, און זאגן ריסורטש זאגט פונקט פארקערט און אמעריקע גלייבט עס און שוין. קאנטעריעניזם.

איך האב געליינט זיין עמי אינטערוויא. יא זיכאר איז עס א סקעם, ווייל ער האט געזאגט? נא כ'וויל זעהן זיין דזשיזעס בייבל קאלידזש אויסדאווענען א קריספער די גרעסטע סייענטפיק ברעיקטרו אין מעדיצין, אויב איז עס אזא סקעם
 
סאטמער קען פיין נעמען קרעדיט פאר דעם,
די וועג ווי אזוי מען האט פארמירט די חסידות, האט דירעקטע השפעה פון די געלט וואס גיסט זיך דארט,
דיין גרעסטע טעות איז אז סאטמער געט נישט קיין עדוקאציע פאר ביזנעס, פיין געבן זיי, די עדיקאציע איז נישט און א פארם פון ביכער אדער לערנען וועגן עקנאמיע וואס יעדער בר דעת ווייסט שוין היינט - (קרעדיט:טשארלי קורק) אז קאלעדשז איז א סקעם, און כ"ש וקל וחומר וכו א פאבליק סקול וואס מעם לערענט דארט ווי אזוי צו Hooking, ותו לא, נאר סאיז א Energy ווטס קיינער האט נישט און געט נישט און אויף סאקמער! קומט זיך א קלאפ אויפן רוקן,
אהא סאטמאר גיט מען עדיוקאציע אויף פייננשעל, זענען טאטע די מלמדים גרויסע עשירים? אויב זיי קענען די סוד פארוואס זענען זיי נישט קיין עשירים?

די מיינסט אפשר אז מ'גייט כבוד פאר די עשירים באקומט מען א רייץ צו זיין עשירים, אין אנדערע קהילות גיט מען מער כבוד פאר א תלמיד חכם
 
עס איז וואהר אז אין סאטמאר זענען בנמצא שראוד
ביזנעס חברה ( אפשר קען זיין מלומדים אויך ווי אזוי צו סקעמען די סיסטעם ) און טהייל האבען מצליח גיוועהן אהנצוזאמלען געלטער מיט עשירות תבא עליהם ברכה, אבער צו א גרויסע פראצענט דעקן נישט זייער בודזשעט וועגן א חסרון אין עדיוקעישן .
אונזערע אינגעלייט ווערן נישט באצאלט ווייניגער אין די היימישע ביזנעסער וויפיל מצאלט אין גאס פאר קאלעדזש גראדואירטע זיך נישט דעקן איז מער צוליב די הויכע לעבנסקאסטן פאר אסאך קינדער און שכר לימוד וואס אין די אלגעמיינע וועלט צאלט מען בכלל נישט און קינדער האט מען איינצעלע
א היימישע פאמיליע צו קענען לעבן בהרחבה דארף מען מאכן איבער 250K א יאר און מיט א העכערע עדיוקעישאן וועט מען עס אויך כמעט נישט פארדינען
 
אבער די פאבליק קויפט עס נישט, און ווען עס קומט ארויס די צענזוס אין 2030 הבע״ל, וועלן זיי קוקען די פראצענט וואס נעמט פון די גאווערנמענט צו עס איז נישט העכער ווי די אלגעמיינע באפעלקערונג ( ספעציעל אין קרית יואל ) ,און אויב עס וועט זיך ווייזען העכער ווי נארמאל, וועט עס ברענגען קנאה ושנאה, דארף מען ארבעטן אז מען דארף צאהלען אן ארבייטער אדער א מלמד און יעדן
בעל מלאכה, אז ער זאל זיך דעקן, און טאקע מחייב זיין עשירים אז זיי זאלען צולייגען א האנט אויב עס פעהלט אויס עס מוז זיין א קאנסעפט אז א פועל ווערט באצאהלט גענוג אז ער זאל נישט דארפען גיין
צו די גאווערנמענט פאר א הענדאוט,און אוודאי איז א חוב צו גיבען פרעשור פון מנהיגים אויף די לענדלארדס די מייקרי השער, אז זיי זאלען נישט אפשינדען די הויט פון די טענענטס, אזוי ווי עס גויאישט זיך אזוי יידישט זיך
וועגן די פראבלעם האבען מיר גיקריגען א מאמדאני
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top