ווער האט געשריבן דעם זוהר הק'

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
572
רעאקציע ראטע
1,980
ווי באקאנט האט ר׳ יעקב עמדין געשריבן א גאנצע ספר אפצו-ווענדן אז ר׳ שמעון בר יוחאי האט נישט געקענט זיין דער מחבר פונ׳ם זוהר הק׳

איינע פון די ראיות וואס ער ברענגט דארט HebrewBooks.org Sefer Detail: מטפחת ספרים -- עמדין, יעקב בן צבי (יעב"ץ) , 1698-1776 איז אז דער זוהר דערמאנט די ווארט סינאגאגע וועלכע איז א שפאנישע ווארט (פאר א ביהמ״ד) און ער טענה׳ט אז אין די צייטן פון ר׳ שמעון האט נאך אפילו נישט עקזיסטירט די שפאנישע שפראך.

פאר נייגעריגקייט, האב איך געוואלט מברר זיין מיט׳ן גוגל הדור די מקור פון די ווארט סינאגאגע און לויט Synagogue - Bible Meaning & Definition - Baker's Dictionary זעהט אויס אז ס׳איז גאר א גריכישע ווארט, און ס׳ווערט שוין דערמאנט אין די New Testament אין Luke (וועלכע איז געשריבן געווארן אויף גריכיש) זעהט אויס לויט דעם אז ר׳ יעקב עמדין האט געמאכט א טעות מיט דעם ראי׳ (ווייל גריכיש האט דאך שוין יא עקזיסטירט אין די צייטן פון ר׳ שמעון)
 
אין דער געביט זעט מען קלארע סתירות ביי די חוקרים, וואס שטעלט אין א גרויסע פראגע צייכן זייער ארנטליכקייט.

מצד אחד איז די טענה אז דער זהר איז נישט פארלעסליך, ווייל עס איז נישט פון ר' שמעון אדער סיי וועלכע באקאנטן גדול בישראל. עפעס איינער האט עפעס מחדש געווען על דעתו, און מיט תורה האט עס נישט.

ווידער, אסאך ראיות קעגן קדמות הזהר קומט פון דעם אז די חידושים דארט שטייען שוין ערגעץ אנדערש.

איך זעי דא אן אומארנטליכע סתירה. אדרבה, פון דעם אז די גאונים ברענגן אסאך פון די יסודות פון די זהר איז א ראיה אז די זהר האט יא א מסורה, די גאונים האבן, ווארשיינדליך, שוין געהאט עפעס א גירסא דערפון.

איך געדענק נאך אזעלכע סתירות פון יענער אשכול, איך דערמאן זיך יעצט נישט.

לגבי שיטת החת"ס, מצד אחד שרייבט ער 'אמת היתה בפיהו של ר' יעקב אמדין', אבער אין א תשובה האלט ער אז דער זהר איז א מדרש פון תנאים, און להלכה פסקנ'ט ער עפ"ז.

עס איז נישט קיין חכמה צו זיין אן אויבער-חכם, לאמיר זוכן דער אמת לאמיתו.
 
די טענה איז בסך הכל אז לאו מר בר רב אשי חתים עלה, ד.ה. אז די ספעציפישע חידושים, מסקנות און הכרעות וואס ווערן אנגעבליך צוגעשריבן צו אזא קראנטע אויטאריטעט ווי רבי שמעון וואס יעדער בדורם און כל שכן בדורינו ברויך זיך דערפאר בייגן דעם קאפ, איז נישט פעסטגעשטעלט, ממילא עולם כמנהגו נוהג, לאזן די חכמי הקבלה דאס ווייטער ראפינירן איש איש כפי יכלתו והבנתו און נוץ נישט דעם זוהר ווי אן אויטאריטעט.

ווי איך האב שוין בשעתו אנגעמערקט אין יענעם אשכול, איז דאך ברור אז חכמת הקבלה, און אסאך פון די סודות און ענינים ווערט שוין געברענגט בעפאר דעם זוהר'ס ערשיינונג לאור עולם, ממילא סיי וועלכע צווייפל אין דעם זוהר'ס קראנטקייט זאגט גארנישט כלפי די יסודות און רעיונות פון קבלה, נאר אויף וויפיל מען וויל דאס באזירן אויפן זוהר און די סודות התורה פון תקופות התנאים (אנשטאט עס צו לאזן אינעם רעאלם פון די תקופות הגאונים והראשונים) איז דאס נישט קלאר.
 
דאס איז אפשר דיין טענה. די גרויסע חכמים זאגן אז דער גאנצע זאך איז א פאבריקאציע פון ר' משה די ליאון. און זייער ראיה איז אז די גאונים דערמאנן עס שוין.
 
זיי לייקענען אין ר' אברהם בן הראב"ד אדער אין רמב"ן'ס קבלה? דאס אלעס האט רמד"ל אויסגעטראפן שפעטער? אוודאי נישט

אפגערעדט אז דער יעב"ץ איז דאך געווען א שטארקער מקובל און געקאכט אין קבלה. אוודאי איז דער מדובר בלויז אויפן חיבור הזוהר און ווי קראנט דאס איז.

די מעטאדאלאגישע פראבלעמען און טענות וואס מען רוקט ארויס ביים זוהר איז די זעלבע סארט וואס מען האט גענוצט אויפן ירושלמי קדשים, און אויפן זעלבן שטייגער וואס איז אנגענומען אין די וועלט פון חקר כתבי היד - אויב וויל מען קאנטראלירן פאר די מעגליכקייט פון א זיוף מוז מען דאס נעמען אין חשבון
 
ווער האט גערעדט פון דער רמב"ן? איך מיין גאר דער זהר.

איך ווייס טאקע נישט וואס זענן די ראיות וועגן די ירושלמי קדשים. איין זאך ווייס איך אז וואס איך האב געהערט אלס קינד איז נארישקייטן.
 
מ'וואלט טאקע געדארפט ריכטיג אפטיילן קבלה און זוהר. וואס איז קבלה פארן זוהר, און וואס האט די זוהר מחדש געווען.
איינמאל מ'איז קלאר אינדעם, קען מען לכאורה האבן די תירוץ פארוואס רוב חכמי הדורות האבן עס אנגענומען כמעט ווי תורת משה מסיני.
ווייל לכאורה האט דאס קלאר געמאכט גאר אסאך אין קבלה ענינים וואס איז געווען צומישט און שווער צו פארשטיין, און ווען מ'האט געזען אז די ספר הזהר איז עס אזוי שיין און קלאר מסדר, בנוסף צו דעם האט עס מורא'דיג געשטימט מיט די תורה און דברי חז"ל, האבן די חכמי הדורות פארשטאנען אז ס'איז יא מר בר רב אשי חתים עליה, און רשב"י האט מחבר געווען דעם ספר הזהר, עכ"פ רובו.
די זעלבע תירוץ איז ביים אריה"ק, וואס אין אן אנדער אשכול פרעגט מען פארוואס מ'האט עם אנגענומען, לכאורה די וואס לערנען און קענען קבלה, האבן געזען אז זיינע ווערטער זענען מרפסין איגרא, און שטעלט (נאכמער) אוועק די חכמת הקבלה אויף גראדע און שכל'דיגע רעלסן, האבן זיי פארשטאנען אז דער מחבר איז א איש אלקים קדוש הוא, און א חלק פון נשמת משיח.
דאס אלעס איז נישט מידיעה, איך קען נישט קבלה און נישט זהר און נישט כתבי האר"י, אבער אזוי קוקט עס אויס. ואדרבה, כ'וועל מיך פרייען צו ווערן פאראכטן.
 
ווי באקאנט האט ר׳ יעקב עמדין געשריבן א גאנצע ספר אפצו-ווענדן אז ר׳ שמעון בר יוחאי האט נישט געקענט זיין דער מחבר פונ׳ם זוהר הק׳

איינע פון די ראיות וואס ער ברענגט דארט HebrewBooks.org Sefer Detail: מטפחת ספרים -- עמדין, יעקב בן צבי (יעב"ץ) , 1698-1776 איז אז דער זוהר דערמאנט די ווארט סינאגאגע וועלכע איז א שפאנישע ווארט (פאר א ביהמ״ד) און ער טענה׳ט אז אין די צייטן פון ר׳ שמעון האט נאך אפילו נישט עקזיסטירט די שפאנישע שפראך.

פאר נייגעריגקייט, האב איך געוואלט מברר זיין מיט׳ן גוגל הדור די מקור פון די ווארט סינאגאגע און לויט Synagogue - Bible Meaning & Definition - Baker's Dictionary זעהט אויס אז ס׳איז גאר א גריכישע ווארט, און ס׳ווערט שוין דערמאנט אין די New Testament אין Luke (וועלכע איז געשריבן געווארן אויף גריכיש) זעהט אויס לויט דעם אז ר׳ יעקב עמדין האט געמאכט א טעות מיט דעם ראי׳ (ווייל גריכיש האט דאך שוין יא עקזיסטירט אין די צייטן פון ר׳ שמעון)

האט דער חתם סופר באטיטלט ר׳ יעקב עמדין ״נביא״?

פרופ׳ ש.ז. ליימאן האט אזוי געזאגט אין א לעקציע- באזירט אויף תשובות חת’’ס,דארט ווי דער חתם סופר רעדט וועגן מטפחת און ער זאגט: דבר גדול דיבר הנביא בענין זה…

שטעלט זיך די קשיא, האט דער חתם סופר באטראכט ר’ יעקב עמדין גרעסער פון אלע גדולים? אז ער איז דער איינציגסטער וועמען ער באטיטלט “נביא”?

את״ל אז יא (אויב איינער וועט זיך וועלן איינשטעלן מיט אזא נארישע געדאנק, אז ער האט געהאלטן ר’ יעקב עמדין גרעסער - וואס דאס איז בעצם סותר די מקורות וואס מ’האט) וועט אפילו אין אזא פאל נאך אלס זיין שווער: פארוואס פונקט דא? פארוואס אין קיין שום אנדערע פלאץ רופט אים נישט דער חת’’ס מיט דעם טיטל?

א דריטע שאלה איז, צו ס’דא סיי וואס, אין דעם ארט, וואס דעמאנסטרירט נבואה - אז ר’ יעקב עמדין זאל פארדינען אזא טיטל?

און די לעצטע שאלה איז, פארוואס זאגט דער חתם סופר: דבר גדול? מיט וואס איז דעיס עפעס אזא גרויסע זאך?

ס’דא איין ענטפער פאר אלע שאלות צוזאמען (אויב מ’האט די puzzle piece וואס פעהלט, פאלט אלעס אריין אין פלאץ)

אויב מ׳איז בקי אין תנ״ך אדער עכ״פ אין די הפטורה - דעמאלס איז גרינג צו פארשטיין וואס דא גייט פאר!
דער חתם סופר ניצט א מליצה פון די הפטורה (פון די מעשה מיט אלישע וואו ער האט געהיילט דעם גענעראל נעמן):

https://he.m.wikisource.org/wiki/קטגוריה:מלכים_ב_ה_יג

און דבר גדול מיינט נישט א גרויסע זאך אין יענע קאטעקסט, ס’מיינט א שווערע זאך!

מדפחת ספרים איז געווען זייער א ראדיקאלע ספר. ר’ יעקב עמדין האט עס געהאלטן ביי זיך פאר צענדליגע יארן! און עס נאר געדריקט ווען ער איז שוין געווען אויף דער עלטער!

און דאס ברענגט ארויס דער חתם סופר: אז ר’ יעקב עמדין האט געטון א דרייסטע ראדיקאלע און שווערע זאך מיט’ן ארויסגעבן דעם ספר. פון איין זייט האט ער געוואלט אויסדריקן אז ער האט ליב דעם ספר, אבער פון די אנדערע זייט אויך: אז ס’געווען א געוואגטע זאך, ממילא דורכ’ן ניצן דעי הפטורה אין זיין מליצה האט ער אלעס געדעקט.
 
עס איז נישטא באמת קיין סיבה צו גלייבן אז די זוהר איז א פריערדיגע ארבעט, ווען אזא זאך ווערט נתגלה היינט צוטאגס וואלט קיינער נישט געגלייבט, און ווען ירושלמי קדשים קומט ווען ארויס בימים ההם וואלט יעדער געגלייבט.

ווער האט מגלה געווען אז די ירושלמי איז מזויף? דוב אריה ריטר וואס איז געווען פון די תלמידים פון זכרי' פרענקל, וואס האבן אנגעקוקט זאכן מיט א היסטארישע פרעספעקטיוו. ווען עס קומט ווען ארויס פריער און ווערט אנגענומען ביי כלל ישראל, וואלט איינער וואס איז מסופק דערין געווען א משכיל.

עקזעקטלי דאס איז געשעהן מיטן זוהר, בעת התגלות הזוהר האט עס קיינער נישט חוקר געווען מיט א היסטארישן בליק, און שפעטער ווען די יעב"ץ און אנדערע האבן אויפגעוויזן אז זאכן הייבן נישט אן צו שטימען איז די שיף שוין לאנג געווען אפגעפארן.
 
איך בין רעלאטיוו ניי דא, אבער אין די אשכול זי איך אז יעדער לייגט צו עפעס זאכליך, א ראיה, א דערהער, א הבנה, אדער עפעס.

קומט איינער און זאגט, אן א מקור, אן א פשט, 'עס איז נישט באמת קיין סבה צו גלייבן'. סתם, ווייל אזוי שמעקט זיך עס אים. ייש"כ, אבער ערוואקסענע מענטשן רעדן דא.

די ירושלמי אויף קדשים דארף מען בעסער דורכטון. פארוואס זאל איך גלויבן אז עס איז מזוייף? אלס ארום די 'התגלות' שטימט אינגאנצן נישט, פון ביידע זייטן. מ'זאגט אז דער חפץ חיים האט אנגעטון רבינו תם תפילין צוליעב דער ירושלמי. איינער קלערט פאר א מינוט אז דאס שטימט?! דער חפץ חיים האט אנגעפיפן דער שו"ע ווייל דער גר"א דינגט זיך שטארק, אבער צוליעב א ירושלמי האט ער זיך געטוישט?! עס שטימט ממש נישט ביי מיר.
און די ראיות זענן אויך גאנץ שוואך, לדעתי. דער ראגאטשאווער האט איינגעזען אז קיין נייע אמורא ווערט נישט דערמאנט. ווער האט מגלה געווען אז יעדער מסכת דארף א נייעם אמורא? דער אמרי אמת איז געווען דער וועלט'ס בקי אין כתבי יד?! אזוי גאר?! אלע פראפעסארס וואס שטודירן נאר דאס האבן נישט קיין דעה, נאר ער? פליז! עס זעט מיר אויס ווי אמונות טפלות.
אדרבא, ווען איינער קען מיר געבן קלארע מאמרים דערוועגן, בין איך גרייט צו ליינן.
 
לשון הנודע ביהודה בדרשה מכת"י (לא נדפס מעולם, עי' במאמר זה):

והנה זה לא יכחישו כל בעלי הזוהר ובעלי כתבי האר"י, שאין הזוהר מקובל ביד האומה הישראלית דור אחר דור איש מפי איש, כמו שמקובל בידינו במשנה והתלמוד בבלי וירושלמי וספרי וספרא ותוספתא ומכילתא מפי התנאים והאמוראים, דור אחר דור, עד חכמי המשנה והתלמוד בעצמם, והם מפי כנה"ג מפי הנביאים איש מפי איש, עד משה מפי הגבורה, ומעתה נדון ק"ו, אם במה שמקובל בידינו אמרו כלל גדול, כל ברייתא דלא מתניי' בי' ר' חייא ור' אושעי' לא מותבינן מינה, הרי שחששו שלא נמלטו מן הטעות והשיבוש, וכמה פעמים אמרו אטו מתרצתא היא משבשתא היא, ואיך נסמוך על כתובים הנמצאים כמה מאות שנה אחר מיתת רשב"י, ולאו רשב"י חתום על דבר ודבר, ואם הרבה דברים יצאו ממנו מי יודע כמה נתוספו עליהם, ואפילו באותן שיצאו ממנו מי יודע אם לא נשתבשו, וכן בכתבי האר"י לאו האר"י חתום וגם אפילו לא תלמידו מהררח"ו, רק בחליו של הרח"ו גנבו הכתובים ממנו ונעתקו בלילה א' כמה מאות ניירות ע"י כמה סופרים, הלא קרוב הדבר שנפלו בהם שגיאות רבות ועצומות, ועל דברים חלושים נסמוך בדברים שהם כבשונו של עולם.
 
זיין תלמיד ר' אלעזר פלעקלס בעל תשובה מאהבה גייט נאך ווייטער (ח"א כ"ו):

את זה כתבתי לדעת האיש ההוא, שהספר הזוהר כלו קדוש, אבל אני אומר הריני נשבע בתורת ה', שבספר הזוהר נמצאו כמה זיופים וקלקולים אשר הוסיפו, ועלה אחת מתלמוד בבלי הויות דאביי ורבא, קדוש יותר מכל ספר הזוהר, הנה אם אמרו חכמי התלמוד על ברייתא דלא מתנייא בי ר' חייא ור' אושעיא, מאן יימר דמתרצתא היא, דלמא משבשתא היא, וספר הזה ודאי לאו בר"ח ורב אושיעא אתמר, כי כל הדורות מראש, לא זכרו מספר הזוהר מאומה, לא בהקיץ ולא בחלום כי הנה אם אמת הדבר שהחבור הזה הוא מהתנא ר' שמעון בר יוחאי, אשר ר' יהודה הנשיא קבל גם ממנו, כמבואר בהקדמ' הרמב"ם לספרו יד החזק', איך לא זכר את הספר הזה בבורו ש"ס משניות או בשום מקום, ואף ר' יוחנן שחיבר תלמוד ירושלמית אינו מזכירו בשום מקום, ורבינא ורב אשי שחברו תלמוד בבלי מאה שנים אחר חבור תלמוד ירושלמי, והיו סוף אמוראים ולא שמו רמז בכל התלמוד מספר הזוהר, ורבה בר נחמני שחיבר רבות ושוחר טוב וכיוצא בהם הרבה לא זכרו מחבור רשב"י גם רבנן סבוראי והגאונים והרי"ף והרמב"ם ורש"י ותוס' והרמב"ן והרשב"א והרא"ש והטור, והילקוט שמעוני אשר אסף ולקט כל המדרשים והמכילתות והברייתות, כלם לא ידעו ולא ראו ממנו דבר, עד שזה קרו' לשלש מאות שנים ענו ואמרו שמצאוהו ואיזהי כנסיה אשר קבלוהו בכנופיה, כמו תלמוד בבלי וירושל' וז"ל הרמ"בם בהקדמתו לספר יד החזקה אבל כל הדברים שבגמרא הבבלי חייבין כל ישראל ללכת בהם, וכופין כל עיר ועיר וכל מדינה ומדיה, לנהוג בכל המנהגות שנהגו חכמי הגמרא, ולגזור גזירותם, וללכת בתקנותם הואיל וכל אותם דברים שבגמרא, הסכימו עלהם כל ישראל עכ"ל ויעיין עוד שם, ואין אני חלילה מטיל דופי ופגם בכבוד התנא אלדי ר' שמעון בר יוחאי, כי הוא היה מחסידי עליון, אלא אני אומר לאו גושפנקא דרשב"י ועזקתיה חתום עליה, ומי שיש לו חצי דעת יגיד כן, שהרי נזכרו בספר הזוהר כמה תנאים ואמוראי' שהיו אחר רשב"י שנים רבות במספר והארכתי בזה במקום אחר מפי סופרים ומפי ספרים כמבואר בס' מטפחת להגאון מוה' יעב"ץ זצלל"ה שגזר אומר שחלו בו ידים מזייפים וחשד את החכם ר' משה דיליון יעיי"ש.

והנה מיום שנתחדש ספר הזוהר, הרבה נכשלו ע"י כי כמה דברים סתומים וחתומים, אשר המציאו האחרונים, להתעות בני אדם יושבי חשך השכל, צאו וראו כמה קלקולים רבים קלקלו מאמיני הכלב רע שבתי צבי שבור, ואחוזת מרעהו ברכ' מסאלניקא, ויעקב פראנק שם רשעים ירקב, ותלו דבריהם בספר הזוהר אשר בודאי לא יאונה לצדיק ר' שמעון בר יוחאי כל און.

מה טוב ומה נעים, אשר כתבתי בחבורי קטן אשר קראתיו בשם קונטרס אהבת דוד, שנדפס בק"ק פראג תק"ס וזה לשוני שם באו ונחזיק טובה וחינות לשני מלכים גדולי אדירי' אדוננו המשובח המנוח הקיסר יאזעף השני, ואדוננו המהולל הקיסר פראנץ השני אשר צפו והביטו בחכמתם הנפלאה, רבות רעות ושבושי דעות תסתעפנה, מחלומות והבלים המקובלים, והמה לנזקי בני האדם, נזקי הגופות ונזקי הנפשות, ופקדו באזהרה גדולה, שלא להביא ספרי קבלה בכל מדינות מלכותם הפקודה הראשונה העכסט האף דעקרעט פאם ב' נאוועמבר 785 למספרם והשני פאם זי"ן יוני 794 למספרם והארכתי שמה בדברים נכונים וכעת לקצר אני צריך כי טרדותי רבו למעלה ראש, וכל מה שכתבתי הוא לפי דעתי העני' על דרך אמת לכל ההולך ישר, והליכתי למרחץ טיפליץ בעבור חסרון בריאתי, זה הדבר אשר עכבני והתמהמהתי ואחר עד עתה להשיב.

הכ"ד ידידו החפץ בכבודו ומשתחוה ארצה ה"ק אלעזר פלעקלס
 
ר' אליעזר ליפמאן נייזאטץ שרייבט (מי מנוחות מ"ג ע"ב): וכאשר בפירוש שמעתי כן מפה קדוש אדומ"ו גאון ישראל קדוש ה' מכובד מוהר"ר משה סופר זצוק"ל אב"ד ור"מ דק"ק פרעשבורג שאמר בפני רבים מתלמידיו, אילו היה יכולת ביד אדם להעמיד מדרשי רשב"י על טהרתן לבררם מתוך מה שנתחבר אליהם מחכמי הדורות שאחריו לא יהיה כולו רק ספר קטן הכמות מאוד מחזיק דפים מעוטים.
 
דער ראגאטשאווער האט איינגעזען אז קיין נייע אמורא ווערט נישט דערמאנט. ווער האט מגלה געווען אז יעדער מסכת דארף א נייעם אמורא?
דאס מיין איך אז מ'קען נאכקוקן.
מען דארף זעהן אויב אין די אנדערע מסכתות, איז דא אין יעדע מסכתא א נייע אמורא, וואס איז נישט דערמאנט אין א צווייטע מסכתא.

און אויך אויב עס איז טאקע אזוי, מיין איך נאכנישט אז עס איז א ראיה אז די ירולמי איז מזויף, נאר אפשר א זאך וואס קען זיין בצירוף. (כנלענ"ד)
 
כאילו דאס איז געווען די טענה אויף די ירושלמי קדשים. נאך וואס דר. ריטער און אנדערע מלומדים האבן אויפגעוויזן די זיוף דערפון האט די ראגאטשאווער געזאגט אן אינטערעסאנטע נקודה.
 
ר' אליעזר ליפמאן נייזאטץ שרייבט (מי מנוחות מ"ג ע"ב): וכאשר בפירוש שמעתי כן מפה קדוש אדומ"ו גאון ישראל קדוש ה' מכובד מוהר"ר משה סופר זצוק"ל אב"ד ור"מ דק"ק פרעשבורג שאמר בפני רבים מתלמידיו, אילו היה יכולת ביד אדם להעמיד מדרשי רשב"י על טהרתן לבררם מתוך מה שנתחבר אליהם מחכמי הדורות שאחריו לא יהיה כולו רק ספר קטן הכמות מאוד מחזיק דפים מעוטים.
ברענגן די חתם סופר אן ברענגן זיין ווערטער אין זיין תשובה איז א סימן פון איינער וואס זוכט נישט דער אמת.
 
עס איז נישטא באמת קיין סיבה צו גלייבן אז די זוהר איז א פריערדיגע ארבעט, ווען אזא זאך ווערט נתגלה היינט צוטאגס וואלט קיינער נישט געגלייבט, און ווען ירושלמי קדשים קומט ווען ארויס בימים ההם וואלט יעדער געגלייבט.

ווער האט מגלה געווען אז די ירושלמי איז מזויף? דוב אריה ריטר וואס איז געווען פון די תלמידים פון זכרי' פרענקל, וואס האבן אנגעקוקט זאכן מיט א היסטארישע פרעספעקטיוו. ווען עס קומט ווען ארויס פריער און ווערט אנגענומען ביי כלל ישראל, וואלט איינער וואס איז מסופק דערין געווען א משכיל.

עקזעקטלי דאס איז געשעהן מיטן זוהר, בעת התגלות הזוהר האט עס קיינער נישט חוקר געווען מיט א היסטארישן בליק, און שפעטער ווען די יעב"ץ און אנדערע האבן אויפגעוויזן אז זאכן הייבן נישט אן צו שטימען איז די שיף שוין לאנג געווען אפגעפארן.
דער יעב״ץ איז ווייט נישט געווען דער ערשטער
 
איך מיין אז ער איז געווען די ערשטער וואס האט מפקפק געווען דערויף מיט כעין אן אקאדעמישע צוגאנג
 
דאס מיין איך אז מ'קען נאכקוקן.
מען דארף זעהן אויב אין די אנדערע מסכתות, איז דא אין יעדע מסכתא א נייע אמורא, וואס איז נישט דערמאנט אין א צווייטע מסכתא.

און אויך אויב עס איז טאקע אזוי, מיין איך נאכנישט אז עס איז א ראיה אז די ירולמי איז מזויף, נאר אפשר א זאך וואס קען זיין בצירוף. (כנלענ"ד)
עס איז דא כמה וכמה תנאים און אמוראים וואס ווערן נאר דערמאנט אין איין מס'. און נאר איין מאל אין די מסכתא.

למשל
1. רבי אלעזר המודעי - ווערט נאר איינמאל דערמאנט אין מסכת סנהדרין דף צ"ג ע"א.
2. רבי יהודה בן טבאי - ווערט נאר דערמאנט אין מכות דף ה' ע"ב.

אמוראים וואס ווערן דערמאנט נאר איין מאל אין ש"ס:
1. רב זביד מנהרדעא - ווערט נאר דערמאנט אין מסכת בבא בתרא דף קנ"ב ע"א.
2. רבינא בר שילא - ווערט נאר דערמאנט אין מסכת פסחים דף נ"ג ע"א.

עס איז דא נאך.
 
לעצט רעדאגירט:

איך האב נישט געלייקנט עס איז אזוי, איך האב נאר געזאגט אז מ'קען עס נאכקוקן (ירושלמי האב איך נאך נישט געלערנט).
און א דאנק פארן נאכקוקן און מציין זיין.
 
Back
Top