וואספארא ידיעות וואלט איר געוואלט זען דא אין קרעמל?

אלס ווייסער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 28, 2024
מעסעדזשעס
13
רעאקציע ראטע
57
איך דריי מיר דא אינעם קרעמל איבער די לעצטע פאר טאג, איך זע אז צוביסלעך בויען זיך אויף שטארקע פארומס מיט ידיעות, נייעס, אפענע שמועסן וכדו' און איך גלויב אז דא קען אי"ה ווערן א כלי נאה מוכן לקבל מיט אסאך אינטערעסאנטע ידיעות.

עס דרייען זיך דא פיל געלונגענע שרייבער, אסאך מיט יארן ערפארונג אויף אנדערע פארומס וואס פארמאגן א וועלט מיט ידיעות, פון תורה, חסידות, וועלטליכע ענינים, היסטאריע וכדו' און עס וואלט געווען א שטארקער טובה פארן ציבור אויב זיי קענען משפיע זיין פאר די גרים ותושבים אין ענינים וואס זענען אינטערעסאנט פארן ציבור.

איך עפן דעם שנירל ווייל איך האב נאכנישט געטראפן אזאנס דערווייל, אויב איז שוין דא ביטע צוזאמענשמעלצן/מעקן, אויב נישט ביטע נוצן דעם שנירל צו שרייבן וואס איר וואלט געוואלט זען באשריבן דא אין קרעמל.

איך וועל אנהויבן מיט 2 זאכן וואס קענען עווענטעל זיין אייגענע סוב פארומס:

1. אמעריקאנע היסטאריע, ספעציפיש די היסטאריע פון אונזערע פרעזידענטן
2. אסטראנאמיע (און סייענס בכלל)

די 2 סובדזשעקטס זענען זייער באליבט ביי מיר, איך ליין/וואטש/הער זייער אסאך אין די 2 ענינים און עס וואלט געווען א גוטע זאך צו זען וואספארא ידיעות די שרייבער דא האבן,
אויב וועט זיך נישט מאכן קיין קאנדידאטן וועל איך גיין פתיחה...
 
ביסט מכובד צו גיין פתיחה.

איך וואלט געוואלט זעהן מער קונסט און ארט.
מער פאעזיא, נאוועלא, מוזיקאלישע אינסטרומענטס, האבּי-פאטאגראפי...
 
איך וואלט געוואלט לייענען איבער ביאגראפיע אויף פערזענליכקייטן, און היסטארישע קאפיטלען וואס איז פארגעגאנגן אין דער אלטע היים וואס מ'דערציילט נישט ערגעץ אנדערש.
 
איך וואלט געוואלט האבן מער היסטאריע, אומבאקאנטע פרקים פון די אידישע היסטאריע.
ווי אויך מער סתם שמוסערייען על דא ועל הא.
אפשר אויך אביסעל ערוואקסענע קופקעס…
 
וכדברי @אלס ווייסער איך גלייך אויך גאר שטארק אמעריקאנער היסטאריע, נישט אזוי ווייט פון די אמעריקאנער פרעזידענטן נאר פון די עצם היסטאריע, די פרי סעטטלערס, אלעס ארום די רעוואלאציענערישע תקופה און אויך היסטאריע איבער די קאלטור פון די אמעריקאנער שטעט.

ווי אויך די ציוניסטישע רעוועלאשן.

אויך איבער חקר המקרא און היסטאריע וויאזוי אידענטום און אידישקייט האבן איוואלווד אין לעצטע פאר טויזענט יאר
 
ביסט מכובד צו גיין פתיחה.

איך וואלט געוואלט זעהן מער קונסט און ארט.
מער פאעזיא, נאוועלא, מוזיקאלישע אינסטרומענטס, האבּי-פאטאגראפי...
וואס איז דיין vision פאר מוזיקאלישע אינסטרומענטס? אז איינער זאל ארויפשטעלן ווידיאוס זיך צו לערנען כלי זמר?
 
וואס איז דיין vision פאר מוזיקאלישע אינסטרומענטס? אז איינער זאל ארויפשטעלן ווידיאוס זיך צו לערנען כלי זמר?
רעדן "וועגען" די ארט פון נגינה, חוץ פון ניגונים פון ארטיסטן, וואס אויף דעם איז שוין דא א גוטע אשכול, זאל אויך זיין שמועסן וועגען אינטראסמענטס, די הלכות מיוזיק שבו, פראקטישע דיסקוסיעס ווי אזוי צו שפילן, עקספעריענס פון שפילן, פארשידענע ganres פון ניגונים, מער ספעסיפיק די ארט פון מיוזיק
 
מיר אינטערעסירט זייער עלעקטריק, סיי די טעאריע און סיי די פראקטישע חלק.
אגב וויאזוי ווייסטו טאקע אלעס? די גייסט גוגעלען אין וויקיפידיען איעדע טאפיק?
 
אזוי ווי @דער גאלדענער אדלער האט שוין ערווענט אינטערעסירט מיך די היסטאריע פון אידישקייט אין ווי אזוי ס'האט זיך איוואלווד..

אזוי אויך די היסטאריע פון משכילים, די טיילונג, און ציוניזם.
 
א דאנק @אלס ווייסער פאר דעם שנירל, ס׳איז א וואונדערליכע איינפאל (געט חיזוק פאר מענטשן וואס האבן וואס מיטצוטיילן צו זעהן אז ס׳דא אינטערעסע צו ליינען!)
 
לעצט רעדאגירט:
אגב וויאזוי ווייסטו טאקע אלעס? די גייסט גוגעלען אין וויקיפידיען איעדע טאפיק?
איך ווייס נישט "אלעס" אבער איך גלויב אז פיל מער ווי דער דורכשניטליכער יונגערמאן, די אלע ידיעות האב איך מיר אנגעליינט/געזען/געהערט איבער די יארן בשעת מיינע חברים זענען געווען פארנומען וואטשן ספארטס...
איינער וואס האט א תשוקה פאר נאלעדזש איז קונה אסאך אומדירעקט און דירעקט, דערנאך קומט צו גוגל און וויקיפידיע וואס העלפט ערגענצן די ידיעות.

דער קאנצעפט "גוגל הדור" איז עכט, יעדער "קען" גולן אבער נישט יעדער "גוגלט" די ריכטיגע סחורה.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top