וואספארא ידיעות וואלט איר געוואלט זען דא אין קרעמל?

קאנסטראקטיווע קריטיסיזים אז סיי מיר זייער אקצעפטירבאר.

וועלן מיר דאס איבער קוקן. אבזעווירן. איך בין נישט קיין שרייבער במקורי. עס איז נישט קיין פאך וואס איך האב זיך איינגערעדט איך קען ע"כ האב איז זיך גענומען די הילף. אבער אויב איז דאס די נושא, וועלן מיר זעהן מיט וואס איך קען דאס מתקן זיין. אויב איך וועל קענען.
די עיצה פאר דעם איז פאר מלייגט ארויף גייט מען אריבער פארעכטען און זעהן עס א ביסל מער אויפלעבן וכן אני נוהג
 
איך בין בעיקר נייגעריג צו פארשטיין פשט אין די דעמאנד בכלל.
קענען נישט רוב מענטשן דא קיין ענגליש? איך נישט.
איז א בוך אויפן קינדל צו שווער צו ליינען? ניין, א בוך איז פון איין שרייבער, דא איז עס א כינוס חכמים וסופרים.
ווייסט דער עולם נישט פון וויקיפידיע צו זאגן? נ'אוואדע ווייסט מען וכנ"ל.
האט מען נישט דעם גוגל הדור צו די האנט? כנ"ל.
נעמט א יוטוב ווידעא אזוי לאנג אפירצוזוכן? ניין, וכנ"ל.
- אויף סיי וועלכע נושא דא?!

ממילא אידישע נושאים (ישיבות, בית שני) קען מען הערן אז עס איז דא ווייניגער חומר אדער אז עס איז צו אקאדעמיש און צושפרייט.
אבער בעיסיק נושאים?! כנ"ל.

איז עס פשוט געשמאקער צו ליינען אין אידיש? יא, עס איז מיין (און איך שטעל זיך פאר אז פאר נאך עס איז די) מאמע לשון.
קען מען באשטיין א קרעמל זאל ווערן אנגעפירקלט מיט שנירלעך? יא, למען ומלאה הארץ דעה.
וויל מען סתם איינער זאל זיך נעמען די מיה פאר מיינעט וועגן - אזא 'דין ערב' אזא? יא, וערבא ערבא אית ליה דו שרייב פאר מיר איך שרייב פאר יענעם און יענער שרייבט מיר.

אדער פארזע איך עפעס דא?

ובכלל פארוואס דען נישט פאר דעם פרייז פארבעסערן די אידישע וויקיפידיע? מ'שרייבט עס אויף צווי אנדערע וועגן, דא ווערט עס געשריבן ווי א ארטיקל / תגובה פאר א צוויטן, משא"כ דארט דארף עס זיין בתכלית הצמצום, וכפי כללי הוויקיפעדיע.
עס מוז אפי' נישט זיין קיין סתירה, איינער וואס האט א גוטע ארטיקל דא פארוואס עס נישט ארויפלאדענען דארט אויך - אזוי ארום פארברייטערן דעם אידישן מארקעט בכלליות?! דאס קען זיין א מהלך, אבער נישט אויף די חשבון פון שרייבן דא.
 
Wow, איז דא א לינק פארדעם?
אפשר קען עס מיר העלפען אריינצוקומען מיט אפאר שיינע ארטיקלען…
עס איז דא אפאר איך האב זיך אבער גענוצט נאר מיט 2 chatGPT און gemini פון google
 
איך וואלט געוואלט זעהן וועגן די ז' חכמות חיצוניות.
א) חכמת החשבון התכונה והמדידה. ב) חכמת היצירה וההרכבה. ג) חכמת הרפואה והצמיחה. ד) חכמת ההגיון הדקדוק והמשפט. ה) חכמת הנגינה והקדושה. ו) חכמת התיקון והשילוב. ז) חכמת הביגו"ר (בין גשם ורוח) וכחות הנפש.

וועלעכע פון גדולי הדורות (די אידישע), האבן עוסק געווען אין די חכמות, און אין וועלעכע חכמה האבן זיי עוסק געווען.
ווער פון גדולי הדורות (די אידישע) האט מחבר געווען א ספר אויף די חכמות.
האבן זיי מחדש געווען א געוויסע מהלך און די חכמות.
ווי אזוי הייסן די חכמות היינטיגע צייטן. אא"ו...
 
נאדיר צוויי פאומס וואס ער האט מיר געשריבן אונטער 5 סעקונדעס.



ח'כמה אין דיין בליק איז שטענדיק פאַרהאַן,
ו'ועסט פאָרזעצן זוכן, אַלץ גרעסער, אַלץ ברייט.
ק'ושיות קלינגעסטו אויס ווי אַ לויטער טאָן,
ר'וח דיין זוכן איז שטענדיק אין בלייַט.

ו'וען יעדן סוד דו ווילסט זיך לערנען,
ד'ן און זוכן די אמת’ע וועג.
ו'וײטער אין חכמה דו גייסט מיט אַ שטאָלץ,
ר'וב-פנימיות דו זעסט אין יעדן געפּרעג.
ש'טענדיק דו קלערסט, דו זוכסט, דו פערזיכסט.

--------


ח'כמה זוכסטו אין יעדן עק און פלאץ,
ו'ועסט קיינמאל נישט אפשטיין פון דיינעם שטארקן פלאם.
ק'ושיות און ענינים ביסטו שטענדיק מברר,
ר'וחב דעת ברענגסטו ווי א קלארער זאגער.

ו'וערט דיינע געדאנקען, א שפע פון טיף,
ד'ן אין סודות, מברר דאס ריכטיגע שיף.
ו'הי דינא מיט צדק ביסטו שטענדיג פארבונדן,
ר'ותח דיין געפיל צו פארשטיין און טון.
ש'טייגסט אויף מיט שכל, אויף די טיפסטע וועגן.
 
און צוויי פאר שמגר.


ש'טענדיג דו שטייסט אויף מיט כּוח און כּּלים,
מ'וּטעווע בליק און שטאַרקע חלומות קלאָר.
ג'רייט צו דערגיין די אמתע אמתים,
ר'וחניות דו זוכסט, אין יעדן דור אַ זאר.

---------

ש'טייענדיג שטאַרק, ווי אַ וואָרעם שטיין,
מ'עש און חכמה אין דיר פאַרבאָרגן ריין.
ג'יבור אין דיין וועג, קיין פחד דו האָסט נישט,
ר'וח פון אמת, דו שטענדיג פאַרזיכסט.
 
נאדיר צוויי פאומס וואס ער האט מיר געשריבן אונטער 5 סעקונדעס.



ח'כמה אין דיין בליק איז שטענדיק פאַרהאַן,
ו'ועסט פאָרזעצן זוכן, אַלץ גרעסער, אַלץ ברייט.
ק'ושיות קלינגעסטו אויס ווי אַ לויטער טאָן,
ר'וח דיין זוכן איז שטענדיק אין בלייַט.

ו'וען יעדן סוד דו ווילסט זיך לערנען,
ד'ן און זוכן די אמת’ע וועג.
ו'וײטער אין חכמה דו גייסט מיט אַ שטאָלץ,
ר'וב-פנימיות דו זעסט אין יעדן געפּרעג.
ש'טענדיק דו קלערסט, דו זוכסט, דו פערזיכסט.

--------


ח'כמה זוכסטו אין יעדן עק און פלאץ,
ו'ועסט קיינמאל נישט אפשטיין פון דיינעם שטארקן פלאם.
ק'ושיות און ענינים ביסטו שטענדיק מברר,
ר'וחב דעת ברענגסטו ווי א קלארער זאגער.

ו'וערט דיינע געדאנקען, א שפע פון טיף,
ד'ן אין סודות, מברר דאס ריכטיגע שיף.
ו'הי דינא מיט צדק ביסטו שטענדיג פארבונדן,
ר'ותח דיין געפיל צו פארשטיין און טון.
ש'טייגסט אויף מיט שכל, אויף די טיפסטע וועגן.
געב אים איבער מיין דאנק
 
זייער שיינע ארבעט, אבער די גראם קלעבט נישט אזוי אינגאנצען… זיי האבן נאך א וועג צו גיין…
 
טעסטינג… טעסטינג…

קרעמל איז אַ פלאץ פֿאַר די מחשבה,
פון טיף דיבורים מען קען נישט אויפהערן צו זאגן,
אידישע מענטשן קומען צו דערשיינען,
מיט זיינע חכמה וועלן זיי אַלע באַווייזן.
אן אנליין וועלט מיט הערצער פיל מיט נחת,
דאָרט קען מען אויסטוישן א סוד, א שמחת.
די ווינטן פון תורה און לעבן זיך דרייען,
די דיבורים זיך שפרייטן, ווי ליכטיקע שטרייען.
דארטן קען יעדער דערגרייכן א קנעפל,
מיט שיינע געדאנקען ווי א רעגן קאַפּל.
אין קרעמל קען מען געפינען אמת'ע ווערטן,
צו זוכן אמת און לערנען פון האַרצן.
 
נאדיר צוויי פאומס וואס ער האט מיר געשריבן אונטער 5 סעקונדעס.



ח'כמה אין דיין בליק איז שטענדיק פאַרהאַן,
ו'ועסט פאָרזעצן זוכן, אַלץ גרעסער, אַלץ ברייט.
ק'ושיות קלינגעסטו אויס ווי אַ לויטער טאָן,
ר'וח דיין זוכן איז שטענדיק אין בלייַט.

ו'וען יעדן סוד דו ווילסט זיך לערנען,
ד'ן און זוכן די אמת’ע וועג.
ו'וײטער אין חכמה דו גייסט מיט אַ שטאָלץ,
ר'וב-פנימיות דו זעסט אין יעדן געפּרעג.
ש'טענדיק דו קלערסט, דו זוכסט, דו פערזיכסט.

--------


ח'כמה זוכסטו אין יעדן עק און פלאץ,
ו'ועסט קיינמאל נישט אפשטיין פון דיינעם שטארקן פלאם.
ק'ושיות און ענינים ביסטו שטענדיק מברר,
ר'וחב דעת ברענגסטו ווי א קלארער זאגער.

ו'וערט דיינע געדאנקען, א שפע פון טיף,
ד'ן אין סודות, מברר דאס ריכטיגע שיף.
ו'הי דינא מיט צדק ביסטו שטענדיג פארבונדן,
ר'ותח דיין געפיל צו פארשטיין און טון.
ש'טייגסט אויף מיט שכל, אויף די טיפסטע וועגן.
ער שרייבט גויאישע אידיש
 
חברה איך קען שוין נישט ווארטן אז ס'זאל ארויסקומען אן עי איי פראגראם וואס קען לייענען אידיש

אזוי וועט עי איי קענען שרייבן די ארטיקלען און זיין צווילינג עי איי ברודער וועט עס לייענען, און דאן וועט א דריטע עי איי קאזין קומען און געבן א לייק אדער וועט ער זיין גענוג קלוג צו מאכן א לאכן עמאוזשי, און איך וועל קענען גיין שלאפן...

פארוואס דארף איך מיט מיינע אלע פראבלעמען דא אריינפאלן און שרייבן און לייענען?

עי איי קען שוין טון די ארבעט פאר מיר...
 
פארוואס זאג איך עס, ווייל איך האלט אינאיין אריינבאמפן אין געוויסע לאנגע תגובות, וואס האבן ווערטער וואס עקזיסטירט אפילו נישט, און איך מוטשע מיך צו פארשטיין וואס יענער ברענגט צום טיש, מ'האלט אינמיטן א שמועס אדער א טענהריי, און די עי איי קומט געבן א גאנצע סך הכול פון די נושא, און קיינער ווייסט נישט צו ער קומט ברענגען א ראיה צו א צד, אדער ער וויל אפפרעגן.

אזוי ווי איינער קומט דיר עפעס זאגן ביי א חתונה ווען די מוזיק באמבערט און דו שמייכלסט צוריק און מ'שאקלט יא, אפילו מ'ווייסט נישט צו יענער זאגט עפעס אדער ער פרעגט, אזוי איז מען די מערסטע סעיף...

איך האב מיך נישט געוואלט אויפרעגן אבער איך באמפ צופיל אריין דערין, און ס'פארגייט מיר די אפעטיט.

סארי פאר ווער ס'גייט באטראפן ווערן, איך פיל אז ס'מוז געזאגט ווערן.
 
איך ווער נערווירט פון עי איי שרייבעריי, כ'קום נישט אין קרעמל צו באקומען א פאק מיט אינפא עס צו שטודירן.
כ'קום ליינען וואס נאך א בשר ודם טרעפט אינטרעסאנט צו שרייבן, מיט זיין טעיסט, און פלעיוואר. כ'וויל קאננעקטן מיט זיין מהלך המחשבה, זיך אויסלערנען פון זיין חכמת החיים, הנאה האבן און מהנה זיין ברידער'ס מיט א געשמאקע ווייב אין קרעמל.

אויב ס'ווערט א מכת מדינה אז די תגובות זענען עי איי, וועלעך ארויפברענגן ביים וועטעראן ווינקל אז מ'זאל מאכן א באזינדערע פארום פאר עי איי תגובות, אדער לייגן א טריגער 😂
 
אז מ'רעדט דא וועגן עי.איי. האט מיר אנגעכאפט עם צו פרעגן א אידישע פאליטיק: מה היה המחלוקת בין האדמו"ר מהר"א מסטאמר והאדמו"ר מהרי"י מסטמאר.
וזהו תשובתו הרמה:
המחלוקת בין האדמו"ר מהר"א מסטאמר (רבי אברהם יהושע העשיל) לבין האדמו"ר מהרי"י מסטאמר (רבי ישראל יעקב) נוגעת לעניין ה'חסידות' ולתפיסות שונות בתוך תנועת חסידות סטמאר.

האדמו"ר מהר"א מסטאמר, שהיה האדמו"ר הראשון של חסידות סטמאר, היה ידוע בחתירתו לשמירה על האותנטיות של החסידות ופרשנותה. הוא התנגד לתופעות מסוימות שהיו בתנועה החסידית באותה תקופה, ובמיוחד היה ביקורתי כלפי החדשנות והחידושים שאותם ראה כסטייה מהשיטה המסורתית.

האדמו"ר מהרי"י מסטאמר, שהמשיך את דרכו של מהר"א, התמודד עם פרשנות שונה ועם אתגרים פנימיים בחסידות סטמאר. לא כל הדעות והגישות היו תואמות את עקרונותיו של מהר"א, והיו חילוקי דעות לגבי הדרך בה יש לנהל את הקהילה ולהתמודד עם השפעות חיצוניות ותמורות פנימיות.

המחלוקות הללו לא נגעו רק לפן הדתי, אלא גם למנהיגות ולניסיון לשמור על אחדות הקהילה בפני אתגרים פנימיים וחיצוניים. אלו היו חלק מהמאבקים הרגילים המתרחשים בתוך קהילות חסידיות כאשר ישנם ניגודים בעקרונות ובדרכי הנהגה.
🤣🤣🤣
כ'האב נישט קיין וויסטן אנונג, איבער וואס ער רעדט דא, איינער קען אביסל ארויסהעלפן...
 
Back
Top