וואספארא ידיעות וואלט איר געוואלט זען דא אין קרעמל?

אויב עס איז דא איינער וואס ווייסט היסטאריע איבער ישיבות אין פוילן וואלט איך מיר זייער געפרייט אז ער טיילט מיט אביסל פון זיינע ידיעות.
 
איך בין בעיקר נייגעריג צו פארשטיין פשט אין די דעמאנד בכלל.
קענען נישט רוב מענטשן דא קיין ענגליש?
איז א בוך אויפן קינדל צו שווער צו ליינען?
ווייסט דער עולם נישט פון וויקיפידיע צו זאגן?
האט מען נישט דעם גוגל הדור צו די האנט?
נעמט א יוטוב ווידעא אזוי לאנג אפירצוזוכן?
- אויף סיי וועלכע נושא דא?!

ממילא אידישע נושאים (ישיבות, בית שני,) קען מען הערן אז עס איז דא ווייניגער חומר אדער אז עס איז צו אקאדעמיש און צושפרייט.
אבער בעיסיק נושאים?!

איז עס פשוט געשמאקער צו ליינען אין אידיש?
קען מען באשטיין א קרעמל זאל ווערן אנגעפירקלט מיט שנירלעך?
וויל מען סתם איינער זאל זיך נעמען די מיה פאר מיינעט וועגן - אזא 'דין ערב' אזא?

אדער פארזע איך עפעס דא?

ובכלל פארוואס דען נישט פאר דעם פרייז פארבעסערן די אידישע וויקיפידיע?
עס מוז אפי' נישט זיין קיין סתירה, איינער וואס האט א גוטע ארטיקל דא פארוואס עס נישט ארויפלאדענען דארט אויך - אזוי ארום פארברייטערן דעם אידישן מארקעט בכלליות?!
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין בעיקר נייגעריג צו פארשטייםן פשט אין די דעמאנד בכלל.
קענען נישט רוב מענטשן דא קיין ענגליש?
איז א בוך אויפן קינדל צו שווער צו ליינען?
ווייסט דער עולם נישט פון וויקיפידיע צו זאגן?
האט מען נישט דעם גוגל הדור צו די האנט?
נעמט א יוטוב ווידעא אזוי לאנג אפירצוזוכן?
- אויף סיי וועלכע נושא דא?!
אזוי שווער צו פארשטיין? ווען עס קומען עטליכע ידענים אין א אשכול, יעדער ברענגט זיין עקספערטיז און זיין ידיעה אין די נושא, מ'שרייבט נישט קיין גאנצע ביכל, מ'ברענגט נאר די גאר אינטערסאנטע טידביטס, מ'דארף נישט אוועקגעבן אזויפיל צייט, און מ'איז א שטיקל ידען אין די זאך, מיט וועם האט זיך יענער געקריגט, מיט וועם האט ער מזנה געווען, און ווער ס'האט פארציילט פאר די גאנצע שטאט און ווער ס'האט עס געלייקנט, און מ'קען די זאך...

א אשכול וואס דו שרייבסט איבער א נושא קען איך דען טרעפן אין א ביכל?
 
אפשר טאקע נישט. אבער לכאו' יא אין א יוטוב ווידעא.
 
איך בין בעיקר נייגעריג צו פארשטיין פשט אין די דעמאנד בכלל.
קענען נישט רוב מענטשן דא קיין ענגליש?
איז א בוך אויפן קינדל צו שווער צו ליינען?
ווייסט דער עולם נישט פון וויקיפידיע צו זאגן?
האט מען נישט דעם גוגל הדור צו די האנט?
נעמט א יוטוב ווידעא אזוי לאנג אפירצוזוכן?
- אויף סיי וועלכע נושא דא?!

ממילא אידישע נושאים (ישיבות, בית שני,) קען מען הערן אז עס איז דא ווייניגער חומר אדער אז עס איז צו אקאדעמיש און צושפרייט.
אבער בעיסיק נושאים?!

איז עס פשוט געשמאקער צו ליינען אין אידיש?
קען מען באשטיין א קרעמל זאל ווערן אנגעפירקלט מיט שנירלעך?
וויל מען סתם איינער זאל זיך נעמען די מיה פאר מיינעט וועגן - אזא 'דין ערב' אזא?

אדער פארזע איך עפעס דא?

ובכלל פארוואס דען נישט פאר דעם פרייז פארבעסערן די אידישע וויקיפידיע?
עס מוז אפי' נישט זיין קיין סתירה, איינער וואס האט א גוטע ארטיקל דא פארוואס עס נישט ארויפלאדענען דארט אויך - אזוי ארום פארברייטערן דעם אידישן מארקעט בכלליות?!
איך קוק עס אן אנדערש, די זאכן וועלכע איך נעם אן אינטערעסע אין, וויל איך קענען די פרטים און פרטי פרטים נישט סתם די אווער אלל היסטאריע, און דערפאר מוז איך דורך ליינען אסאך ביכער און די צייט ערלויבט נישט אלעמאל. אויב אבער איז אראפגעשריבן אין קרעמל און מיין טעלעפאן איז ווי די שגל היושבת אצלי מיט וואס איך בין זיך משתשע דערמיט א גאנצן ליבן טאג, מ'נעמט עס ארויס פון טאש יעדע ניינציג סעקונדעס, מ'ווישט ארויף מ'ווישט אראפ, במילא איז מיר עס אסאך גרינגער צו ליינען. און א חוץ מזה גלייך איך אויך דעם מאמע לשון.
 
אין די ארכיוון איז דא געשריבן אין אידיש די זאכן פון מע"כ(בודי). ווען איך האב געדזשוינט ק"ש צום ערשטן מאל האב איך געעפענט א גוגל דרייוו און זיך גענומען שרייבן אין די וועלט אריין, און אוועקגעלייגט לכש'. איך האב גאר שנעל געריעלייזט די מאניפולאציע און איך האב געסטאפט לייגן דארט. אפי' אין די קורצע צייט וואס איך בין יא דארט געווען איז א יעדן טאג געווען א זאכליכע תגובה אדער אשכול.

אפי' איך האב געסטאפט לייגן האב איך באקומען א דראנג צו רעקארדירן אידישע שרייב ווערק. כהיום זיצט אין מיין דרייוו הונדערטער לאנגע אשכולות און תגובות בלי גוזמא. הזמן יכלה והם לא יוכלו. קרעמל איז אויפגעקומען האב איך געווארט מיט די חומר ביז איך וועל זיך שפירן באקוועם צו אנפירקלען מיט פרישע אשכולות (שנירלעך) און תגובות.

ב"ה איך בין שוין דא א שיינע פאר חדשים ממש פון די פתיחה, אויפדערווייל גייט דאס אין די רעלסן ווי איך שפיר אז יא עס דא א מקום אז קרעמל זאל זיין די מכניס אורח פאר די ווערק, ע"כ פאק איך עס ארויף ממש איינס נאכ'ן אנדערן.

אדאנק @שעפטאל וואס וועלקאמד און באדאנקט אזוי יעדע שנירל, עס מאכט דעם שרייבער שפירן אימפארטענט און אינטערעס אויף די ווערק.

איך שעם זיך נאר פשוט צו פאקן אזויפיהל אויף איינמאל, איר וועט מיך נאך חושד זיין אין גיין ליידיג. איך קען דאס נישט עפארדן.

אנהייב זענען מיינע ווערק געווען צופאטשקעט ביז גאר. דער @דער גאלדענער אדלער און דער @שמעקעדיג האבן מיך גע'רודפ'ט צו מסדר זיין די זאכענעס פאר עס ווערט ארויפגעלייט, סלאולי ארבייט איך עס איבער און דאן פאקט מען עס דא אריין.

עטץ דארפטס נאך? עס איז דא נאך.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot 2024-09-11 213215.png
    Screenshot 2024-09-11 213215.png
    326.9 KB · געזען: 45
  • Screenshot 2024-09-11 213144.png
    Screenshot 2024-09-11 213144.png
    322.7 KB · געזען: 46
  • Screenshot 2024-09-11 213057.png
    Screenshot 2024-09-11 213057.png
    376.3 KB · געזען: 41
  • Screenshot 2024-09-11 213029.png
    Screenshot 2024-09-11 213029.png
    371 KB · געזען: 42
  • Screenshot 2024-09-11 212940.png
    Screenshot 2024-09-11 212940.png
    349.6 KB · געזען: 45
לעצט רעדאגירט:
@אלפא ביי מיך איז עס ס'איז ביי דעם אידיש, און סיי דעם קיצור תוכן הדברים.
 
@אלפא ס׳סאך געשמאקער צי הערען אוו ליינען אויף מאמע לשון, איך האב עקסעס צי הכל בכל אויפן געוועב און איך הער נאכאלץ קול מבשר, און איך פרעפער נאך אלץ קרעמל איבער רעדיט.
 
עטץ דארפטס נאך. עס איז דא נאך.
איך האב געדארפט אראפנעמען 2 סקרינשאטס וואס האט געהאט גילוי חששות. אבער עטץ כאפטס די דזשיסט, איא? איך האב נאך צענדליגער אזאנא פעידזשעס, איך קען דא שטיין און שרייבן יומם ולילה פון די ווערק פאר די נעקסטע 100 יאר. אין איין טאג לאלץ "באקעל אף ענד אימברעיס פאר אימפעקט".
 
איך האב געדארפט אראפ נעמען 2 סקרין שאטס וואס האט געהאט גילו חשששות. אבער עטץ כאפטס די דזשיסט ? א יא? איך האב נאך צענדליגער אזאנא פעידזשעס איך קען דא שטיין און שרייבן יומם ולילה פון די ווערק פאר די נעקסטע 100 יאר. אין איין טאג לאלץ "באקעל אף ענד אימברעיס פאר אימפעקט"
העי איך פרוביר איבער צו יאגן די סכום פון דיינע תגובות🤣 ווילסט מיר זאגן אז איך וועל ברויכן נאך אסאך שווערער ארבייטן?!
 
איך האב געדארפט אראפנעמען 2 סקרינשאטס וואס האט געהאט גילוי חששות. אבער עטץ כאפטס די דזשיסט, איא? איך האב נאך צענדליגער אזאנא פעידזשעס, איך קען דא שטיין און שרייבן יומם ולילה פון די ווערק פאר די נעקסטע 100 יאר. אין איין טאג לאלץ "באקעל אף ענד אימברעיס פאר אימפעקט".
נישט קיין קונץ, עי איי שרייבט פאר דיר...
 
נישט קיין קונץ, עי איי שרייבט פאר דיר...
  • אדרבה, ניץ עס אויב עס קומט דיר ארויס גוט.
  • קוק אויף די בילדער פון וויפיל פיילס עס ווארטן צו ווערן באארבעט און אויך די ארטיקלען וואס דארפן נאכגעפאלגט ווערן, און דערצייל מיר אויב די עי איי טאקע שרייבט עס. ניץ איך געוויסע טולס פאר שרייבן? יא, הונדערט פראצענט. איך בין נישט קיין פארפעקשאניסט ווען עס קומט צום שרייבן. אבער אויב עי איי קען מיר געבען די חומר, וואלט איך געהאט 100 מאל מער און אדרבה הלואי זאל דאס עי איי טוהן. די חומר דארף אוועקגעארבעט ווערן – דאס שרייבן איז שוין די קלענסטע טייל פון די עבודה.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב חלילה נישט געמיינט צו אטאקירן חלילה.

איך האב נאר באמערקט אין די לאנגע תגובות פון דיר עפעס אזא אינטערסאנטע געפיל וואס איך האב נישט געקענט עקספלעינען, עפעס אזא געמאלן וואסער סארט זאך, ביז איך האב געכאפט אז די ווערטער געמיש קומט פון א דומם, וואס מישט א סאלאט פון ווערטער.

די טאפיקס זענען גוט, דו זאגסט גוט, אבער די עי איי נעמט ארויס די גאנצע נשמה, איים סארי אויב איך רעד צו בלאנט.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב חלילה נישט געמיינט צו אטאקירן חלילה.

איך האב נאר באמערקט אין די לאנגע תגובות פון דיר עפעס אזא אינטערסאנטע געפיל וואס איך האב נישט געקענט עקספלעינען, עפעס אזא געמאלן וואסער סארט זאך, ביז איך האב געכאפט אז די ווערטער געמישט קומט פון א דומם, וואס מישט א סאלאט פון ווערטער.

די טאפיקס זענען גוט, דו זאגסט גוט, אבער די עי נעמט ארויס די גאנצע נשמה, איים סארי אויב איך רעד צו בלאנט.
קאנסטראקטיווע קריטיסיזים אז סיי מיר זייער אקצעפטירבאר.

וועלן מיר דאס איבער קוקן. אבזעווירן. איך בין נישט קיין שרייבער במקורי. עס איז נישט קיין פאך וואס איך האב זיך איינגערעדט איך קען ע"כ האב איז זיך גענומען די הילף. אבער אויב איז דאס די נושא, וועלן מיר זעהן מיט וואס איך קען דאס מתקן זיין. אויב איך וועל קענען.
 
לעצט רעדאגירט:
איך האב חלילה נישט געמיינט צו אטאקירן חלילה.

איך האב נאר באמערקט אין די לאנגע תגובות פון דיר עפעס אזא אינטערסאנטע געפיל וואס איך האב נישט געקענט עקספלעינען, עפעס אזא געמאלן וואסער סארט זאך, ביז איך האב געכאפט אז די ווערטער געמישט קומט פון א דומם, וואס מישט א סאלאט פון ווערטער.

די טאפיקס זענען גוט, דו זאגסט גוט, אבער די עי נעמט ארויס די גאנצע נשמה, איים סארי אויב איך רעד צו בלאנט.
דאס איז ממש וואס איך פיהל. בפרט אזעלכע אשכולות וואס דארף צו זיין א וויכוח ווערט ממש א פיליבאסטער און עס איז זייער שווער צו ממשיך זיין,
 
Back
Top