וועלוול קירשנבוים איז א געשמאקע יונגערמאן פון ארץ ישראל וואס קומט כסדר קיין חוץ לארץ, ער איז באקאנט פאר זיינע מאסאדזשעס וואס ער טוהט פאר פרנסה אבער אויך פאר די זיסע ווידיאוס וואס ער מאכט.
מיט א צייט צוריק האט ער ארויפגעברענגט א שמייכל ביי אסאך ווען ער האט זיך פארשטעלט ווי א נערווירענדע ארץ ישראל'דיגע ראש ישיבה וואס גייט נאך געלט ביי די מצוה טאנץ ביים חתונה פון א קינד ביי הנגיד ר' יואל לאנדא, און כסדר איז דא גיטע ווידיאוס וואס פארן ארום און ברענגט ארויף א שמייכל ביים עולם.
לעצטענס האט ער געעפנט א יוטוב טשעננעל און ער האט אנגעהויבן ארויסגעבן לענגערע ווידיאוס ווי א נסיעה קיין קערעסטיר ביים יארצייט מיט די גאנצע מצב דארט, א נסיעה קיין מירון ווען מ'האט אפיציעל נישט אריינגעלאזט און נאך.
יעצט האט ער אנגעהויבן א נייע סעריע "ירושלימער" און ער האט אנגעפאנגען מיט א אינטערוויאו מיט די באקאנטע יואליש קרויס פון מאה שערים.
די ווידיאו איז מורא'דיג גיט און געשמאק, וויפל איך האב שוין געהערט און געליינט איבער ר' יואליש קרויס איז דאס איבער אלעס, א געשמאקע שמועס איבער די קנאים מיט אינטערסאנטע מעשיות אין בכלל איבער זיין לעבן.
וועלוול קירשנבוים מיט יואליש קרויס רעדן אויף פוליטיקה - מאה שערים - און לעבן מיט 18 קינדער