חוץ אײנס פאר די לעצטע הודעה האב איך נישט געלײענט די הודעות ביז אהער אבער פון ריסענט קאנװערזײשאנס מיט א חבר מײנער װאס איז געהעריג פולי אין די סיסטעם, און פון הערן פון נאך אנדערע מענטשן, און פון עס קאמפערן צו מײן עקספיריענס קוקט אױס אז די װעג װי-אזױ מען באהאנדלט מענטשן װאס דארפן צוקומען צו פילן, אינסײד די גאר הײמישע קאמיוניטי, איז מאַרקעדלי דיפֿערענט פון די אלגעמײנע װעלט.
אנשטאט דער פאציענט זאל האבן א דעה איבער זײן אײגענע טריעטמענט, װי עס ארבעט אין די אלגעמײנע װעלט, נעמט מען אװעק פון אים זײן בחירה בדבר, צענדליגע מענטשן, װיכטיג מאכערס, מאכן זיך אינװאלװד אין די קעיס, לױפן ארום װי הצלה לײט "טײלן" פילן און שעפן א חיות פון דעם װי קלײנע קינדער װאס שפילן לעלוּ, און מען נוצט דעם פסײקײעטריסט װי א שטעקן אים צוהאלטן אין ארדער און אױספאלגן װי א לעמעלע װאס מען הײסט אים. ליבי אומר לי אז די ריזען דערפאר איז "למען השטוב" ד.ה. אלס דרײט זיך ארום דעם שלום בית און דאס נישט צוברעכן די הױז איז װי דער 'גאט' װאס שטײט איבער אלעם.
למשל, דער דאקטער טריעט אים מיט א צינישקײט, קױם גיבענדיג תשומת לב און װײל נדבנים צאלן פאר די טריעטמענט רעכנט ער זיך ניטאמאל מיט זײנע, דעם פאציענט'ס מיסגיװינגיס. בײ די אפױנטמענטס איז ער װי כאילו איבעריג אין די צימער. דער פאציענט האלט שױן מער װי א דעקײד אױף פילן און בעט זיך מען זאל אים לאָװֿערן די דאזע אביסל, מ'זאל אים אביסל צוריקגיבן דעם כבוד האנוש, אבער זײן געבעט פאלט אױף טױבע אױערן. ער מוז הארכן װאס מען באפעלהט אים װײל אױב נישט ריזיקירט ער מען זאל צורעדן זײן װײב זאל אים אנטלױפן פונדערהײם. זאגן זאגט דער פילן טײלער פאר דער פאציענט אז "נאר ער האט די בחירה, ער האט אלע רעכטן צו סטאפן די פילן" אבער װען ס'קומט למעשה װײסן אלע אז ס'איז נאר אַן אנשטעל.
מײן אײגענע באזוכן בײ מײן פסײקײעטריסט זענען נישט קײן פארגלײך: איך זאג דעם דאקטער אז איך מײן מען דארף דעם רעצעפט מינערן אביסל און ער זאגט גאו אהעד, דו ביסט דײן בעסטער מומחה.
אװדאי מאכט זיך אז א פאציענט איז װײעלענט אדער א סכנה פאר זיך און דאן קען דער פסײקײעטריסט געזעצליך אװעקנעמען דעם פאציענט'ס רעכטן למחצה לשליש ולרביע אבער דער אופן װי אזױ, אין די הײמישע קאמיוניטי שטופט מען דעם פאציענט אין א קארנער ביז ער טוט קװאַזי װײעלענט עקטס, נאר אלס סעלף דעפענס, און אז נישט קומט מען אױף מיט אײגנפאבריצירטע מעשיות, כדי מען זאל עס דערנאך קענען נוצן אנטקעגן אים בײם דאקטער; דאס האב איך נאר געזען אין דעם הײליגן סיסטעם. און לײדער, איז עס דער סטרעספול לײף, זעלבסט געשאפן פון דער הײליגער סיסטעם, װאס פירט צו אסאך זאלן דארפן עװענטועל גײן אױף פילן.