מענטל העלט - א סייענס אדער פארנעפלט?

חוץ אײנס פאר די לעצטע הודעה האב איך נישט געלײענט די הודעות ביז אהער אבער פון ריסענט קאנװערזײשאנס מיט א חבר מײנער װאס איז געהעריג פולי אין די סיסטעם, און פון הערן פון נאך אנדערע מענטשן, און פון עס קאמפערן צו מײן עקספיריענס קוקט אױס אז די װעג װי-אזױ מען באהאנדלט מענטשן װאס דארפן צוקומען צו פילן, אינסײד די גאר הײמישע קאמיוניטי, איז מאַרקעדלי דיפֿערענט פון די אלגעמײנע װעלט.

אנשטאט דער פאציענט זאל האבן א דעה איבער זײן אײגענע טריעטמענט, װי עס ארבעט אין די אלגעמײנע װעלט, נעמט מען אװעק פון אים זײן בחירה בדבר, צענדליגע מענטשן, װיכטיג מאכערס, מאכן זיך אינװאלװד אין די קעיס, לױפן ארום װי הצלה לײט "טײלן" פילן און שעפן א חיות פון דעם װי קלײנע קינדער װאס שפילן לעלוּ, און מען נוצט דעם פסײקײעטריסט װי א שטעקן אים צוהאלטן אין ארדער און אױספאלגן װי א לעמעלע װאס מען הײסט אים. ליבי אומר לי אז די ריזען דערפאר איז "למען השטוב" ד.ה. אלס דרײט זיך ארום דעם שלום בית און דאס נישט צוברעכן די הױז איז װי דער 'גאט' װאס שטײט איבער אלעם.

למשל, דער דאקטער טריעט אים מיט א צינישקײט, קױם גיבענדיג תשומת לב און װײל נדבנים צאלן פאר די טריעטמענט רעכנט ער זיך ניטאמאל מיט זײנע, דעם פאציענט'ס מיסגיװינגיס. בײ די אפױנטמענטס איז ער װי כאילו איבעריג אין די צימער. דער פאציענט האלט שױן מער װי א דעקײד אױף פילן און בעט זיך מען זאל אים לאָװֿערן די דאזע אביסל, מ'זאל אים אביסל צוריקגיבן דעם כבוד האנוש, אבער זײן געבעט פאלט אױף טױבע אױערן. ער מוז הארכן װאס מען באפעלהט אים װײל אױב נישט ריזיקירט ער מען זאל צורעדן זײן װײב זאל אים אנטלױפן פונדערהײם. זאגן זאגט דער פילן טײלער פאר דער פאציענט אז "נאר ער האט די בחירה, ער האט אלע רעכטן צו סטאפן די פילן" אבער װען ס'קומט למעשה װײסן אלע אז ס'איז נאר אַן אנשטעל.

מײן אײגענע באזוכן בײ מײן פסײקײעטריסט זענען נישט קײן פארגלײך: איך זאג דעם דאקטער אז איך מײן מען דארף דעם רעצעפט מינערן אביסל און ער זאגט גאו אהעד, דו ביסט דײן בעסטער מומחה.

אװדאי מאכט זיך אז א פאציענט איז װײעלענט אדער א סכנה פאר זיך און דאן קען דער פסײקײעטריסט געזעצליך אװעקנעמען דעם פאציענט'ס רעכטן למחצה לשליש ולרביע אבער דער אופן װי אזױ, אין די הײמישע קאמיוניטי שטופט מען דעם פאציענט אין א קארנער ביז ער טוט קװאַזי װײעלענט עקטס, נאר אלס סעלף דעפענס, און אז נישט קומט מען אױף מיט אײגנפאבריצירטע מעשיות, כדי מען זאל עס דערנאך קענען נוצן אנטקעגן אים בײם דאקטער; דאס האב איך נאר געזען אין דעם הײליגן סיסטעם. און לײדער, איז עס דער סטרעספול לײף, זעלבסט געשאפן פון דער הײליגער סיסטעם, װאס פירט צו אסאך זאלן דארפן עװענטועל גײן אױף פילן.
דו ביזט 100% פראצענט גערעכט. איך ווייס א פאל פון איינער וואס ווערט געצווינגען דורך בני משפחה און הצלה צו זיין אויף מעדיקעשאן אפילו אן די דיעה פונעם דאקטאר. און מ'רעדט פון איינעם וואס האט איינמאל געכאפט א מעניק אטאקע.
 
אפטמאל, די דאקטורים, הערן נאר װאס די עסקנים זאגן זײ, און איגנארירן כמעט גענצליך די פאציענטן, װײל זײ ברענגען זײ די ביזנעס.
 
סאיז נישט קיין כלל. סאיז דא אזעלכע פעלער זיכער, אבער מן הסתם נישט די רוב. אויך ווענד זיך אין די קאמיוניטי. לא הרי וויליאמסבורג כהרי מאנסי, וכו'
 
@קץ דחוק
איך ווייס נישט וואס טוט זיך ביי אנדערע פעלער, אין מיין פאל זענען נישט געווען קיין עסקנים אריינגעמישט.
מיין טענה איז צי די פסייקייעטריסטן אליינס, זיי קוקן זיך אן ווי א קאר מעקעניק אויף א מענטש, די מענטש איז ביי זיי א טעכנישע מעשין וואס מען דארף עדזשאסטן דאוזעס.
ווי געשריבען אויווען, עס גייט זיי נישט אן דיין וואוילזיין, און זיי גייען דיך לאזן משוגע ווערן, פונקט ווי א קאר מעקעניק גייט נישט אן וואס די קאר מאכט, ער דארף נאר פיקסן די טרענסמישען און פארטיג. די זעלבע קוקן זיי אן דעם מענטש.
מען לייגט עם אריין און א מענטשן ווערהויז (סייק-ווארד) און מען לאזט עם משוגע ווערן אן קיין תכלית, און אן קיין פלאן, זיי דארפן יעצט סאלוון א טעכנשע דיייגנאז און אהיימשיקען דעם בחור.
זיי קענען עדשאסטן די דאוז ביז מארגן, קיין איין מענטש איז נאכנישט געווארן נערמאל פון זיין איינגעשפארט אן קיין פענסטער און אויסגיין פאר ליידיגיין פאר צוויי וואכן, ארומגענומען מיט מענטל העלט פעישענטס, אן כמעט קיין עקסעס צו די אידערויסענדיגע וועלט.
בשעת אלע נורסעס קוקן דיך אן ווי א פאלנער משוגענער, די צינישקייט אין סייק ווארד איז מיינד באגעלינג.
קיינער איז נישטא דיך צי העלפן, סע איז נישט מער ווי א תפיסה פאר מענטל העלט פעישענטס.
די פסייקייעטריסט רעדט זיך כאטש איין אז ער מיינט גוטס, די נערסעס, זענען ניטאמאל דאס, איין טאג איז די אקטיוועטי פארן טאג געווען מאכן א ברעיסלעט יא א פערציגע יעריגע 250 פונטיגע זכר גייט מאכן א ברעיסלעט, ווען עס איז נישט טרויעריג וואלט איך אויך געלאכט.
און יא איך האב געמאכט א ברעיסלעט ווייל מען האט שוין געהאלטן נאך א גאנצע טאג גארנישט טון, אבסעלוטלי גארנישט, אוואדע וועל איך ענדערש מאכן א ברעיסלעט און פילן סטאפיד.
סע איז ליצי ליצנות ווי מען מאכט חוזק פון מענטל העלט פעישענטס, און נאכדעם שרייט מען קוק ער איז וויילענט…
לאמיר זען שפאר איין די נערמאלסטע מענטש אין די וועלט, כמעט אן קיין אוטסייד עקסעס לאז עם פארשימלט ווערן פאר ליידיגיין, גיס עם נאך צי זאלץ מיט צינישע נורסעס און אבדזשעקטיפייענג סייקייעטריסטס, לאז עם כמעט נישט ניצן די טעלעוויזשען. און לאמיר זען צי ער וועט נישט ווערן וויילענט….
איינער האט מיר דערציילט אז ער איז געווען איינגעשפארט זעקס חדשים, און מען האט עם נישט געוואלט ארויסלאזן.
למעשה האט זיין אינשורענס מער נישט געוואלט באצאלן, האט מען עם ארויסגעלאזט, די צינישקייט שרייט.
 
@ציצית קניפער, אײ פיהל יוּר פּײן. לאמיר דיר זאגן. איך בין אױך געװען אײנגעשפארט אין א װארד פאר 3-4 חדשים און עס איז נישט געשמאק געװען אבער מײן עקספירינעס איז אביסל אנדערש געװען װי דיר. מיר האט גראדע יא אױסגעזען אז די נױרסעס און דאקטורים מײנען די טובה פון די פאציענטן נאר ס'װענדעט זיך אװדאי פון װעלכע שטאט, לאנד און פון װעלכע שפיטאל ס'האנדלט זיך. אסאך זענען לײדער אנדערסטעפֿד און בּילאו בּאָדזשעט.

פרײ דיך אז מען האלט שױן דא. אמאליגע צײטן, װען זײ האבן נישט געהאט קײן געהעריגע מעדעצינען פאר די סארטן מחלות האבן מענטשן אװעק געלאַנגװישט אין אינסײן אסײלעמס פאר די רעשטע פון זײער לעבנס מיט מינימאלע ציטריט צו די דרױסענדיגע װעלט. ס'איז פשוט נישט געװען מעגליך זײ צולאזן אױף דער פרײ, פסײקאָטיק מענטשן, אָן װאס זײ זאלן זיך אדער אנדערע ארײנלײגן אין א סכנה.

אײנע פון די עיקר סיבות פארװאס זײ האלטן מענטשן אזױ פארמאכט איז װײל זײ טענהן אז ריסערטש װײזט אז אין די ערשטע װאכן און חדשים נאך מעדעצינישע אינטערװענשאן איז קרוּשעל אז מען זאל דעם מענטשן מאניטערן אונטער נאנטע אױפזיכט און אז דער חולה זאל האבן א שטרענגע רוטין. זײ זאגן אז דאס איז א װיכטיגע אינדיקײטער צו דער מענטש װעט זיך אױסקורירן און װײל דעמאלס איז די גרעסטע ריסק אז דער מענטש װעט אױפהערן צו נעמען די פילן, בעיקר צוליב די אומאנגענעמע סײד עפעקטס װאס זײ האבן אױפ'ן מענטש, דערפאר איז װיכטיג מען זאל אים האלטן פארשפארט און אָנדער גאַרד. טאקע זײער אסאך פרובירן צו אנטלױפן דורכאױס דער פעריאדע װאס איז באמת א נארישקײט װײל ס'העלפט נישט קײנעם. איך רעד פון עקספיריענס װאס איך האב מיטגעהאלטן פון אנדערע פאציענטן.

לגבי דעם װאס דו זאגסט אז פסײקײעטריסטן קוקן אָן דעם מענטש װי א מאשין, אפשר איז ער טאקע א מאשין...? אבער באמת װענדעט זיך װידער פון װעלכע פסײקײעטריסט מען רעדט. מײן פסײקײעטריסט איז גראדע זײער א פארשטעדליכער און ער הערט נישט אױף צו סטרעסן אז פסײקאלעדזשי איז א װיכטיגע פארט פון הילינג און נאך אפילו מער װי דאס פילן נעמען. װאס זאל מען טוהן אז איך פאר מיר שפיר פערצופאל יא אז די פילן איז די װיכטיגסטע זאך און פאר מיר, פון מײן עקספיריענס נאכאמאל, איז דאס װאס האט געמאכט דעם גרעסטן דיפערענץ. לא כל הדעות שװת.

יעדער איז אנדערש. איך למשל האב נישט געקענט פארלײדן די נױז. עס מוז אגאנצן צײט אָנגײן די מוזיק אדער די טעלעװיזשען. מענטשן פלאפלען הױעך אדער שפילן גײמס. איך האב דוקא יא געװאלט אבסעלוט שטילקײט און רוהיגקײט. די קולות זענען געװען פאר מיר װי כלבין דחציפין, א מין מיטמאכעניש באמת, איך קען דיר נישט זאגן.
 
הייליגע באשעפער דריי-פיר חדשים, וויאזוי האלט מען עס אויס? איך בין געווען צוויי וואכן און איך האב געפילט אז אט ווער איך שוין טאקע משוגע.
אבער כאטשיג ביסטו געווען אין א ערנסטע פלאץ, נישט סתם א מענטשן וועירהויז.
 
הייליגע באשעפער דריי-פיר חדשים, וויאזוי האלט מען עס אויס? איך בין געווען צוויי וואכן און איך האב געפילט אז אט ווער איך שוין טאקע משוגע.
אבער כאטשיג ביסטו געווען אין א ערנסטע פלאץ, נישט סתם א מענטשן וועירהויז.
א מענטש פון דרויסען באגרייפט נישט דעם צער, עס איז בעיואנד, די זענען ספעשעל הייליגע מענטשען וואס גייען אדורך די שווערע תקופות און דורכגענג אבער מען קומט
צוריק אפטמאנל געשטארקט - מעז יצא מתוק
 
איך פארשטיי אז מען מיז צומאל איינשפארן מענטשן, אבער מען קומט נישט ארויס קיין משהו בעסער ווי מען גייט אריין.
רעד דיך איין.
 
איך פארשטיי אז מען מיז צומאל איינשפארן מענטשן, אבער מען קומט נישט ארויס קיין משהו בעסער ווי מען גייט אריין.
רעד דיך איין.
נישט דאס איינשפארען מאכט בעסער , נאר די מציאות איז אז א מענטש איז אמאהל אין א סיטואציע אז עס איז נישט סעיף פאר איהם צוזיין אהן שמירה 24/7 , אבער פון עקספיריענס קען איך זאגען, אז ווען דער מצב בארוהיגט זיך, גייט מען ארויס פיעל בעסער און מען קען געהעריג נאכדעם אהנגיין - דער איז לייט עט דע ענד אוף דע טונעל .
 
ווער דארף לייט אין די ענד אף די טונעל לייג אפאר לייטס אינמיטן די טונעל
 
ווער דארף לייט אין די ענד אף די טונעל לייג אפאר לייטס אינמיטן די טונעל
אמת, אויב די ליכט איז דא,איז דער טונעל נישט קיין פראבלעם ,צומאהל איז די ליכטיקייט פארהוילען , עס איז חושך יכסה ארץ, מען פיעלט זיך ווי א עור מגשש באפילה,איז מען אהנגעוויזען צו האפען אז עס גייט ווערן ליכטיג
ליהודים היתה אורה
 
Back
Top