- זיך איינגעשריבן
- אפר. 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 736
- רעאקציע ראטע
- 1,690
אוי שוין ווידער זונטאג, דאס איז דאך אזא מין אפקומעניש, איך ווער משוגע מיטן טאג וואס זאל איך טוהן היינט, פארשטייט זיך די מאגן אנטזאגט זיך פון טוהן זיין ארבעט געטריי נאך די שבתדיגע אביוז וואס עס איז דורך. טראכט אריין וואס דא גייט פאר. א ווארעמער שלום עליכם די גוטע מלאכים גייען בע"כ ענטפערן אמן שארטלי.
די בני בית, סערווירט אריין איין טעלערעל מיט טאמעיטא דיף, באבאגאנוש, אליוו דיף, האלאפיניא דיף וכו' די ראפאגאש חלות וואס ליגט אונטער די חלה דעקעל גייט באלד ווערן אויף געריסען און איינגעטונקען אין די טעלערלעך, יין ישן נאפא וואלי 2017 מיט געפילטע פיש און סעלמאן פיש, חריין און חומוס און טחינה. צוזאם-געמויזעכטס אריין אין די קישקע. אההההה, כל מקדש שביעי קראו לו. און ווידער מען שיבט אריין רעטעך, באבעס, טשיקפיעס, פאר א נויט די וואס פירן זיך אזוי צוויבעל קיגעל. און פיינע הייסע פרישע קרעפטיגע טשיקען יוך. און מנוחה ושמחה אור ליהודים. אהההה מנוחה ושמחה, בשבת אחים יום שבתון ויום מחמדים. אריין מיט די הייסע טשיקען אויליגע פאטעטיטא קיגעל ירושלימער קיגעל פערפעל זיסע מייערן. נישט פארגעסענדיג די קאלטע שוויציגע ביר פאר קניח סעודה. און נאך צוויי דריי מינוט אריין אונטער די ווארמע קאלדרע מיטן עונג שבת באנאזאם און והנה חלום, מען איז אונטער די קאלדרע פליענדיג מיט א 180 דעגרי היץ ארויף עד לב השמים. די סאדע שטאפער מיט די אלע צוזאםגעמויזעכטס איז שטארק פארהאמערט געווארן אויפן באטעל (דער מענטש) און אריין געלייגט געווארן אין א וואמער לעדעל ביז די נעקסטע טאג אינדערפרי.
ויקץ ויחלום שנית עס איז שוין ב"ה 10נע מען לויפט אין שוהל אריין כאפן א קאווע מיט די נאסע פיאות און די טלית אויף די פלייצע מיט אוואודאי קאצקע ציקר דערינען. אהה די מעס פון די קאווע געמאכעכטץ ווילן מיר אפלייגן עס קומט נישט אריין דא איצטערט, און ביי 10:45 עפענען זיך אין די זייטיגע שטיבלעך די גלענליוועט אדער דעם איללידזשע גרעיג, וואדפארט, טאמיטוואל, גלענפידיטש וכו' פאר די וואס גלייכן טאקילא ווייל עס איז די נייע טרענד. עפענען דעם סאדע שטאפער און מען לייגט ווידער אריין פיינע סחורה אויס געמישט מיט די נעכטיגע, שמאלץ הערינג שטיגליץ פיסטראמי, דזשערעקי, קישקע, פאטעיטא קיגעל מיט לאקשען/ירושלמי, אה ווי קען מען פאגעסן פון די פעטע גאלע. און די קאכעדיגע טשולענט וואס ווייגט זיך און א ים הגדול פון אויל גאנצעטע בהמה,ס מיט זייערע פלאנקען וערן סארטירט אינעם באטעל אן קיין שום סדר. די נשמה יתירא לייגט דאך צו אן עקסטענשאן צום שבת'דיגער מאגן. און דאן די אייער מיט צוויבעל און פאצעי צו דער זייט, אין ווארמער לעדעל אונטער די דאכענע נאכאמאל פאר נאך אפאר שעה. און מען טראכט שוין פון שאלעשסידות. אה טונא מיט א בייגעל (אדער די פייג געלע אייער בילקעס) געשמירט און אריין פשוט צו ענדיגען דעם סדר השבת.
אנטשולדיגט געגעסן טשולענט אין בעלזא, און שאלעשסידות אין מונקאטש ? אבער אזוי גייט עס. און דאן מוצ"ש יוש איךקענישזיךרירררררן
דעם זונטאג דערנאך הייבן זיך די קאנסיקווענצען פונעם עונג שבת אריין רוקען.
טראכט אריין גיין פארברענגען מיט די ווייב אין קינדער איך האב נישט קיין געדולד, און דאס וועט אויך קאסטן אפאר צענט וואס איך האב נישט איצטערט, דארף מען דאך אנטלויפן פון אינדערהיים איז ווי גיי איך און וואס טוה איך, וואטשען א מאווי אין אפיס, אדער קען איך גיין אין שוהל אריין לערנען א אידיש ווארט, איך האב דאך צו דעם איצטערט אויך נישט קיין געדולד. אהה, איך האב אן עצה איך גיי אריין אין אפיס עס איז שטיל איך גיי שרייבן אן ארטיקעל עפענען א שנירל אין קרעמעל.
אומר ועושה, איך פאר אריבער אין אפיס מיט א זונטאג'דיגער גיסטע, וואס שרייב איך ? המממממ היסטאריע, ווער איז אינטערסירט אין מיין היסטאריע עס איז דאך דא אזויפיהל היסטאריע ליטעראטור? ביאגראפיע איז אויך דא, בין איך דען אזא גרויסע מומחה עפעס מחדש זיין וואס די חכמים און נבונים דא אין קרעמעל ווייסן נאך נישט אז זיי זאלן האבן עטוואס אינטערעס אין מיין ווערק ? איך מיין אז נישט. אהה, בליצט מיר אריין אין געדאנק איך זאג אן פאר מיין בעסטע חבר טשעט דזשי פי טי שרייב מיר אן ארטיקל מיט די און די נושאים. איך געב איהם פונקטליכע איסטרוקציעס וואס און ווי אזוי צו שרייבן היידא ער שרייבט ביז אפאר סקונדען עס איז דא א בערליכער ארטיקעל פון נושא זו. איך ליין איהם איבער עס געפעלט מיר איך גלייך עס עס פעהלט דערפאר גארנישט אנשטאט איך זאל ארבען און שרייבן, מגיה זיין זיין און כאפן א פסק פון די או סי די @שמעקעדיג אז עס איז דא צופיהל טועיתים דארף איך זי נישט שרעקן עס איז נישטא קיין גראמאטישע אדער ספילינג מיסטעיקס אין דעם ארטיקעלץ היידע ארויף דערמיט. א לאנגער ארטיקעל אונטער 15 מינוט וואו איך בין גוט איך האב עס אויסגעפיגערט.
איך שטיי און קלאץ אויף מיין סקרין און איך ריפרעש און ווארט צו זעהן די לייקס און רעספאנסעס אריין קומען אבער ווער און וואס קומט אריין @תרמב און אפענער הייבן אן שרייען געוואלד א ליידיגער עי איי זאק האסטו דא אריין געווארפן וואס ווילסטו דא די רעדסט דאך נישט צום דבר הער זיך אויפ באנוצען מיטן גולם ער איז נישט גרייט איבער צו נעמען דיין פעדער. עס איז בכלל נישט קיין חכמה צו שרייבן מיט עי איי. און ווער רעדט פון חכמה איך האב נישט קיין אנונג וואס די ציהלסט און וואס די ווילסט דא ארויס ברענגען, עס איז נאר א פיליבאסטער דא וכו'
איך דארף אייך נישט מסביר זיין מיין באבעל איז געבאסט, דער בחור האט עס ארויס קלאר. איך האב אייך פרובירט צו פארנארן דער געלונגענער שרייבער שרייבט ארטיקלען ארויס פון די ארמעל. הייבט זיך נישט אן עס איז לא דובים ולא יער. נישטא קיין ארטיקלען וואס קומען ארויס פון ארמעל. ניצטו עי איי וועסטו זיין טאוסט און דיינע סחורה וועלן ווערן פארווארפן פון ביידע וועלטן, עס האט נישט קיין טעם און ריח.
דאס האב איך אויספרובירט אן זאגן וואס איך פרוביר צו טוהן. ואכן נודע הדבר עס ארבעט נישט. מיין זונטאג איז ב"ה נישט דפוק איך קען שרייבן ארטיקלען מיט מיין פעדער און מיין בליק אן עי איי אויך. איז עס נישט גוט, שפיי עס אויס, איז עס יא גוט עס אויף און מאך א נאך ברכה שכוח לייביש שמייס אריין א לייק. ציטיר רעדט דערפון מאך קרעמל א לעבעדיגע פלאץ פון איבערקערענישער שנירלעך פארברענג און לאז נישט דיין זונטאג זיין א פארשימעלטער אנגעדרייטע טאג. אינדזשוי די דעי און האב פאן.