ארבע מינים באדם

ארבע מינים באדם

דורך: הבל וריק







א פארלייכטערונג פארשפרייט זיך ביים אלוועלטליכן חרדינטום באלד נאכן לעצטן תתקבל פונעם נייעם יאר, ווען די דערהויבענע חסידים כמלאכים שפּאנען אהיים פון שוהל געקידוש לבנה׳ט, אויסגעלייטערט, נאכן אידישן פאסט טאג און א לענגערע תקופה פון תחנונים און כפרת עוונות.

מיט פארקלעפטע גומען, שטומעלאז, נאך א שטורעמישע נעילה, וואונטשן זיך די אויסגעהונגערטע, פלינקע פארבייגער, אין לאנגע קיטל און צושטרויבעלטע פאות ״געפּוילט אלעס גוטס״.

די פרעמדסטע פון די פרעמדסטע וואס גריסן אפילו נישט ״גוט שבת״ אויף א שיינעם פרייטאג צונאכטס, וואונטשען זיך איצטערט א גוט יאר - שפּורענדיג פאראייניגט דורך דעם נארוואס פארענדיקטן דראמא פון די הייליגע טעג, און באגריסן זיך - ארויסטרעטענדעג דערפון, בבחינת ברוך שפטרני, מענשו שלנו.



פון דא און ווייטער קומט גרינגערע אידישקייט, זיסע אידישקייט. דער אינערליכער קינד איז ערוועקט מיט עקסטאז פאר דעם סוכה בויען, שטערן לייגן, מינים זוכן, און יעדער שמויגער לויט זיין שטייגער. דער קויפט ספר, א צווייטער שלעפט האלץ, דער ציהט דראטן, א צווייטער קוקט שפּיצן, און די מגידים זענען אויך אויסער זיך, אזש זיי באצייכענען דעם חג ווי ״די חתונה מיטן אויבערשטן כביכול״.


א קארגע האלבע שעה נאכן אויסטוהן די תכריכים, זיצט שוין דער אויסגעלייטערטער הערשל, מיט די ווייסע שטרומפ און א פארגרעסערונג גלאז איבער א הויפן אתרוגים פון פארשינארטיגע ראיאנען. הערשל, א איינשטענדיגער מיטליאריגער איד, דעפינירט רעגלמעסיג.ער זוכט זיך נישט צו בייגן אדער צולייגן צום אנגענומענעם שיטה. א טאטע צו ניין קינדער, זיבן דערפון פארהייראט, וואוינט ער שוין פערציג יאר אין זעלבן הויז און וויל דארט שטארבן. זאל ער זיך טרעפן וואוינען אין א נייעם פלאץ וואלט ער דאס גאנצן אינדענטיטעט זיינעם פארלוירן. הערשל ווייסט מאין באה ולאן הוא הולך. פון וואנעט ער קומט און פונקטליך וואו ער גייט. אין סאטמאר איז ער געבוירן און אין קרית יואל וועט ער ליגן. האט ער שוין איינגעהאנדעלט א חלקה פאר זיך און די מנב״ת זז״ג לאיוש״ט.

מ׳קען הערשל׳ן שטענדיג כאפן ביפאר אדער נאך א מקווה, און מיט א בינטל ענוועלאופס אין קעשענע.
הערשל מאדערניזירט זיך שטייטעליך, אייביג א דור צוויי שפעטער. תשפ״א האט ער זיך ערשט אנגעטוהן האלבע ריממלעס גלעזער.

זמן קרישמע און מצה איז פון הערשל׳ס שטערקסטע קפידות בכיסו בכעסו בכוסו. אויף שבת ווארעמט ער די מצות - אריין ארויס פון אויווען, פסח פּאַקט ער זיי מיט שווערע חשבונות פון באַקסל צו באַקסל, און ער פארלירט זיך אויב ווערט דאס געבּראָקט אדער געפינט זיך אויף די פרייע לופט בכלל, אהן א שומר.


הערשל זוכט לכתחילה א אתרוג פאר נישט מער ווי דריי פופציג אדער די מיט די ״פינקע״ סטיקערלעך, ווי ס׳איז אין דעם דאזיגן טרעילאר פארצייכנט. ס׳איז נישט אז ער קען זיך נישט ערלויבן מער, אזוי נישט מיר נישט דיר - האט ער אן איבעריגן חתונה פאלעסי און פארשידענע גרינצייגן, און זיין פרוי פארקויפט כלה טיכלעך אין בעיסמענט. ער דארף פשוט נישט מער ווי רעגלמעסיג.


האט ער שוין אבער אויסגעליידיגט דריי פיר שאפעס, והילד איננו. ״נו ר הערשל ס׳מאכט זיך עפעס?״ פרעגט דער סוחר, וואס ווייסט גאנץ גוט אז ס׳איז אין דעם גאנצן אפטיילונג נישטא וואס זיך ״צו מאכן״. א פארייאוש׳טער צייגט אים הערשל זיינע דריי פארזעהענישן.

ער איז נישט צופרידן.
דער האט נישט קיין פנים, דער א גראבּן ווארצל - וואס די סוחר רופט דרך גידולו, א דריטער איז איר די הויט גלאַט ווי א ניי געבוירן׳ס. דערצו, וויל ער נאך א ריינעם. אויף ריינקייט איז ער זייער מקפיד. ער האט נישט די העזה זיך צו שטעלן שאקלען פארן בורא עולם אן אתרוג מיט א פרעכן בלאטפלעק. די רבי האט קיינמאל נישט געשאקלט מיט קיין בלאט פלעק.

בלית ברירה איז ער געצווינגען ארויפצוגיין צו געהל. די געהלע סטיקערס גייען פאר פיר-פופציג. אבער, זה קלי ואנוהו.
פון די געהעלע קאלעקציע טרעפט ער שוין א קאנדידאט, וואס דער עלטסטער זוהן שרולי האט אויך באשטעטיגט, נאכן געלאדענט ווערן פאר א סעקאנד אפּיניען.

שמעקט נישט די פרוי זיינעם, חנה, ווען דער קארגער הערשל וואס שרייט אויף אייניקלעך פארן אנגיסן צופעל גרעיפזשוס, ווערט פלצלונג א שפענדער און קומט אהיים מיט אזא טייערן אתרוג. ״סתם גראבע רויבערס״ רופט זי זיי - די אתרוג סוחרים. הערשל ווייסט זיי אויך זענען נישט פארלעסליך. אבער א ברירה האט ער דען, ערגעץ מוז ער דאך קויפן. סתם פון גאַס קויפט מען נישט, ס׳דארף זיין אינדארס. עפעס זאגט מען אים מורכב, די רבי נישט געהאלטן, אלנפאלס, טוט ער דאס מינעמאלער שייך.

ווייט פון א גידול איז דער אתרוג, קליין און העל געהל מיט א האַקל, אויסגעדארטן פיטום, און א גלאטן פרצוף, אבער ס׳איז א נקי נאך אלעם, און א וואוילער אתרוג, רעגלמעסיג, פונקט ווי הערשל.



נתי, זעקס און צוואנציג. א שטאלצער תלמיד פון סיסטעם ארויס וואס איז ביי דעם שטארקן מיינונג אז דאס איז דער בעסטער וועג, צווישן אלע וועגן מעגליך, איבער דער גארער וועלט, און ער איז מער ווי גרייט איבערצוטוהן דאס זעלבע מיט זיינע יוצאי חלציו. נתי איז אפ-טו-דעיט, שטענדיג אויסגעקליידעט לפי דעם טרענד, פון א דיקערע בעקיטשע גארטל, לויפערס, ביזן לעצטן אייפאון און קאפפלאזע הויזן. שוין געווען אין קערעסטיר, אומאן, אמעאיקען דריעם, און אפילו יד ושם. ער האלט אז ער האט גענוג פונעם ברייטערן וועלט און איז פארט קאנעקטעד לאבינו שבמים - פאר וועמען ער הייבט אויף די הענטעלעך ביי שיינע חתונות מיט די-זשעי. און מיט דעם טאטן און הימל האט ער זיך ערווארבן אזא אינטימע באציאונג, ווי די טאטע געבט אים פרנסה און ער איז ברייט מיטן טאטן אויף צוריק לפנים משורת הדין ביי פארשידענע מצוות און מעשים טובים.

אנדערש ווי דער המון עם, זשאלעוועט נישט נתי אויף אן עלייה ביומא דפגרא, א פתיחה לנעילה, א זילבערנעם שמש׳ל צום מנורה, א קעניגליכע קיישעלע, און אזוי אויך נישט אויפן אתרוג. אט דעם פּאַקט מיט הקב״ה האט ער ביים טאטן קענען געלערנט. ביים חתונה מאכן א קינד פלעגט די טאטע אויסקליידן יעדעס קינד פון קאפ ביז פיס, ביז נייע גלעזער אפילו, וסלאָגאן בפיו ״ווען מ׳מאכט חתונה א קינד קומט אראפ השפעות, דו זאג נאר דעם רבוש״ע וואס דו ברויכסט״



דער אתרוג איז אויך א מצווה אויף וואס נתי לייגט נישט קיין פרייז. מעג ער וואוינען א מייל אוועק פון זיין באליבטן עיזש שוהל, אין א קליינעם רענטאל אויף ווילאבּי, און קוים אוועקלייגן א דאלער אויפן חודש, מוז ער נישט נישט קענען קיין חילוק צווישן א נשים און נזיקין מסכת, זוכט ער נישט מער ווי א פרי עץ הדר, אבער ס׳קומט צו מצות אתרוג, זאגט נותי - לעניית דעתו, אין להם שיעור. אלווה עליך ואתה תפרע זאגט ער פארן רבוש״ע. דער אויבערשטער וועט שיקן כפליים.

קומט ער אריין אין טרעילאר מוצאי נאך א שויער, מיט די הויכע געזאלבטע שפיצן און א מײַלי, קוקט נישטאמאל אויפן געהלן סטיקער. ווענד זיך באלד צום טייערסטן גרינעם אפטיילונג און פרעגט ״איז דאס אא״?



חיים הערש, דער למדן, דער כולל מאן. חיים הערש קען נישט די וועלט און וויל עס נישט קענען בשיטה. ער ווייסט אז ס׳איז נישטא קיין תכלית אויף דעם וועלט סיידן א בלאט גמרא, און בעהט פונקט ווי דוד, אחת שאלתי מאת השם, צו קענען פארבלייבן צווישן די זיכערע כולל ווענט. אויף פרנסה שטופט מען פון אלע זייטן, אפילו דער ארעמע זיידע פון בארא פארק ווישט אים אריין א פופציגער ווען ער קומט זיך וואונטשן אויף יום טוב. אין צוגאב ארבעט זיין ווייב שרי אין א אפיס אויף פלאשינג, וואו זי מעלקט זיך טעגליך אין א צימער.

חיים הערש איז א מאמין. ער זארגט זיך בכלל נישט פארן עתיד, טראץ וואס שרי פלאַצט יעדע האלב יאר אויף דעם פאטעטיק צושטאנד פון די פארטוישטע טאטע/מאמע ראלע, און זעהט נישט קיין וועג ארויס, איז חיים הערש רואיג. ווען מעט דארפן וועט זיך מאכן. יעצט איז דאך פיין. שטילערהייט קלערט ער אז מעט שוין עפעס פארקויפן אויף עמעזאן און אלעס וועט ווייטער רואיג פארן.

אבער דא ביים אתרוג, דארף ער יא, חיים הערש. ווען נישט שרי׳ס פראטעסטן, וואלט ער אהיימגעקומען מיט אן אלף׳ל אתרוג - ווי דער ראש הקהל אליינס. ער גלייבט נישט דווקא אז דער רבוש״ע צאלט צוריק, ווייל ער זעהט נישט פון וואנעט די געלט קען קומען בכלל, דא דארט נאך א פרנסה תפילה, קויפט ער א ראפעל, פשוט צו האבן אן אקאונט וואו דער בורא זאל קענען אריינווייערן. וואס יא, ער האט פשוט א חביבות המצווה. ער גליסט נאך א שיינעם אתרוג.

ח׳ פרסה שלעפט ער זיך, א טאג ארום קראונהייטס, וואו ער גייט פון געשעפט צו געשעפט, זוכענדיג א הדר. ער קען נישט מאכן אין איין טאג אזא וויכטיגן באשלוס. גייט ער אויך ארום לאקאל צו כלערליי ווייבער שוהלן און קעלערן, נישטערענדיג איבער טישעלעך, טענט׳ס, ירידים, און טרעילאר׳ס, ווי אויך א בליץ באזוך אין עפעס א כמו פּאפּ-אפּ געשעפט וואס האט זיך צייטווייליג געפענט אינערהאלב א בעקעריי, מיט דריי טעצער אתרוגים אנשטאט קעיק.
ענדליך קען ער קאנפידענט זאגן אז פאר צוויי-פופציג האט ער געטראפן דעם ריינסטן אתרוג, אויב ס׳אינטערסירט איינעם.



ר׳ לייבוש. א פרומער איד במלוא מובן המילה. וואס גלייבט נישט אין טעראפי און דעאוֹדערענט, און סיי וואס מ׳האט נישט געזעהן ביי צדיקים. ר׳ לייבוש איז טאקע אויסגעטוהן פון וועלטליכע זאכן און איז אומסאפיסטיקירט ווי ווייט מעגליך.

ער גלייכט א וועלט מיט ווייניג בחירה, נעמליך, יעדער זאל נאכגיין די וועגן פון די עלטערן און פארטיג אדער ״פערטיג״ כלשונו.

חדש אסור איז ר׳ לייבוש׳נס מאטאוֹ. נייע מוזיק, נייע צדיקים, נייע געפאָראַכטצער, נייע לבושים, אפילו א נייעם אונטערהעמד. ער איז דערגעגן.

ר׳ לייבוש האַסט א באָם ווי ר׳ עקיבא פלעגט תלמידי חכמים.
ער קוקט אהן ״די נקיבות״ - ווי ער רופט די בעסערע מענער, אינאיינעם מיט זייערע מאדערניזירטע בני בית, ס׳זאל נישט אויסגערעדט זיין - ווי די אנשי דור המבול רח״ל.

אים האט מען דען אמאל געפרעגט וועגן חתונה האבן? אים האט דען איינער ״געגייט״ ווי אזוי צו זיין מיט א פרוי. מ׳שמועסט צען מינוט, און מ׳האט חתונה, כמנהג אבותינו. אזוי ווי ס׳איז געווען ביים אים מיט זיין רויזא פעסיל. אינגעלייט מוטשען מיט נסיונות אויף כפאו ש-ד. אים איז דאס בכלל קיין נסיון נישט.

ר׳ לייבוש גייט נישט אויף קיין טרעילאר׳ס, אויך עפעס א נייע דערהער, אן אתרוג אויף א טרעילאר. ער גייט געהעריג אין קהל׳ס שוהל, אזוי מ׳איז אייביג געגאנגען, ווי ס׳דא א דיין וואס קען ווייזן רעכטס אויף לינקס.

און ער נעמט דאס נישט לייכט לייביש.
אנגעצויגן, ברתת וזיעה, זיצט ער איבער דעם אתרוג, ווי א דין תורה בדיני נפשות. און נישט נאר לייביש. אויך די אנדערע פרומע אידן דארט, הויפּט קעגנער צו די סוגיא פון נקבים וחלולים, שטייען דארט ווי די אויפגעקלערסטע פון פּאָליש, מיט קפידות על חוט השערה, מיינונגען אשר לא שערו אבותינו בעיקבתא דמשיחא.

רבנים באדערט פלוצים שמוץ, שווארצע פונטעלעך, ברויע פלעקן, טייטלבוים גלייכט א בויך, ראזענבערג וויל א גארטל, ציננער א פיטום, אייכנשטיין א בלאסע, לויפער וויל א געשטאלט, פילאפף בליטות, האלבעשטאם׳ן שמעקט געבויגן, רובין גלייכט א קליינע, אשכנזי דייקא א גרויסע, און פאנעט דרייט זיך נאך אהן א קאפ,ער קען זיך נאך נישט אראפבינדן. ״איר זעהט דארט דעם פינטל?״ דריקן זיך צוויי אידן מיט אומגעפיצטע ציין צוזאם, אויפן פרי עץ הדר,״איר קלערט דאס איז ביים האלז?״

עס איז נישט צופעליג, אז אין דער זעלבער צייט קומט אויך ארויס א מענערשקייט וואס מ׳זעהט נישט איבער דאס יאר פון די שיינע אידן. טראץ רבא ורב פפא, פאסט זיי נישט סתם אזוי אינמיטן יאר צו קאכן א פיש, שיילן א פאטאטא לכבוד שבת, אדער גרייטן צום טיש. דאס איז די כח פון די ד׳ מינים, וואס זענען מסמל אויף ליפן, שדרה און בליטות, אז מ׳זעהט דעם דיין מיט א דריל, און דעם רעבין אויף א לייטער.


טראץ די פארזיכערטע אתרוגים וואס די ד׳ מינים האבן זיך איינגעהאנדעלט אין צייט, האלט דאס נישט צוריק די עיניים רואות און גליסטנדע הארץ וואס לעבט אויף ביי יעדן אתרוג בודקע באזונדער. ר׳ לייבישן׳ס געווינדעלטען אתרוג, ליגט שוין באשיצט אינעם גלאזענעם שאפע נעבן ס׳גרויסן לייכטער, קען ער זיך אבער נישט היטן די אויגן אויף די ליע עוועניו גאסן, זעהנדיג די הונדערטע שיינע אתרוגים וואס ער שפרייזט דורך אהנע ברילן, מיט פארקנייטשטע אויגן, אויס מורא פאר א ראייה אסורה. איינמאל און נאכאמאל גייט ער צו צום טישל און טאַפּט ארום יעדעס שיינע אתרוג וואס וואלט געקענט זיין זיינס.
 
מ׳קען זאגן לגבי די ״ארבע מינים באדם״ לגבי קניית ד׳ מינים, אז הצד השוה שבהן איז אז אלע זענען בעצם מבזבז געלט (וואס זיי האבן צומאל נישט) אויף אַן אתרוג וואס מ׳וואלט ווען געקענט פארשאפן אסאך ביליגער (עיין באו״ח סימן תרמח). און דער תוס׳ יו״ט זאגט אויף דער משנה (אבות פ״ה מ״י) ארבע מדות באדם:
שלי שלך ושלך שלך חסיד. לא שמבזבז כל אשר לו שהרי אמרו (כתובות נ.) המבזבז אל יבזבז יותר מחומש שלא יבזבז יותר מדאי ויהיה הוא בהכרח מוטל על הבריות, אלא במוותר כפי הראוי איירינן.
און דאס איז די דזשאָקסטעפּאזישאן דא וואו די ״חסידים״ זענען יא מבזבז מער ווי דעם און קענען צוקומען צו זיין מוטלים על הבריות.
 
און מיט דעם קען מען זאגן אזא רמז. עס איז ידוע אז דער מ״א זאגט (או״ח תצד ס״ק ו) עפ״י הזוהר, אז א טעם פארוואס מ׳עסט מילכיגס אויף שבועות איז ווייל מ׳האט געציילט דערצו מ״ט ימי ספירה, וואס איז 7 מאל 7 וכעין שבעה נקיים לטהר מנדה, און לפי הגמרא בנדה ט: דם נעכר ונעשה חלב. ולפי״ז קען טייטשן (קהלת יא א-ב) שלח לחמך על פני המים, והיינו אז א ווייב ווערט דאך אָנגערופן ״לחם״ (רש״י בראשית לט ו) און אַן אתרוג איז דאך דרכו ליגדל על כל מים (קידושין ב ע״ב), והיינו אז דער חיים הערש שיקט זיין ווייב׳ס שווערע אויסגעהארוועטע געלט אויף איינצוהאנדלען אַן אתרוג. און דערנאך איז דער פסוק ממשיך, תן חלק לשבעה וגם, והיינו אז ״וגם״ איז עולה מספר ״מט״ וואס דאס ווערט געציילט מפסח (וואס צו דעם איז מרמז ״לשבעה״ אינעם פסוק וכהגמרא בעירובין מ ע״ב) עד עצרת כדי לקיים ענין ״שבעה״ נקיים וכהמ״א, וואס דאן עסט מען דערפאר חלב תחת הדם שנעכר החלב ממנה. און דא איז עס טאקע דמים תרתי משמע מיט דעם וואס די ווייב דארף טאקע מעלקען איר חלב ביים ארבעטן פאר געלט. און דערנאך איז די פסוק טאקע ממשיך ״לשמונה״, וואס איז טאקע מרמז לחג הסוכות וכהגמרא שם בעירובין.
 
און מיט דעם קען מען זאגן אזא רמז
הערה שלא מן הענין. דעי רמזים פון @מי אני זענען די שטערקסטע ראי' אין תורה מן השמים. אז "אלעס" איז מרומז אין די תורה, אפילו א שטיקל ליצנות אויף קרעמל, מוז דאס זיין א געטליכע ארבעט
 
Back
Top