ארבע מידות בשיטות

דאקטאר-ראבינער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 22, 2024
מעסעדזשעס
662
רעאקציע ראטע
2,890
פונקטן
413
חכם.
דער חכם. ווער וויל דען נישט ווערן באטיטלט מיט דעם טיטל? ווער האלט דען נישט אז ער איז אן אמתדיגער חכם? נו, ווער קען באמת זוכה זיין צו דעם טיטל?
איז אזוי. אין משנה שטייט איזהו חכם? הלומד מכל אדם. איך מיין אז עס איז פשוט. ער האלט קיינמאל נישט אז ער ווייסט שוין אלעס. ער איז א נייגעריגער מענטש. ער וויל זיך כסדר לערנען פרישע זאכן. ווען ער זעט א מענטש וואס האלט ראדיקאל אנדערש פון אים, אנשטאט אנהייבן אויפקלערן יענעם, וועט עס אנצידן א שטארקער נייגער. פארוואס האלט ער אזוי? וואס האלט ער בכלל? איז ער א פארשטענדליכער מענטש? וואס מאכט אים האלטן אזוי אנדערש ווי מיך? ער ווערט באמת נייגעריג. ער קען האלטן אז יענער איז שטארק נישט גערעכט. אבער ער גייט פרובירן ארויסקריכן פון זיין קאנפירמעישן בייעס און באמת אויסהערן יענעם פאר ער קומט צו אן החלטה.
דאס מיינט נישט אז ער מאכט זיך נישט באקווען אין א געוויסער פארטיי אדער קרייז. דאס מיינט סך הכל אז ער פארקט נישט זיין באס אין ערגעץ. ער איז באוויסטזיניג צו וואס געשעט ווען מען נעמט זיך ארום מיט מענשטן וועלכע טראכטן פונקט ווי אים און ער מאכט זיכער נישט אריינצופאלן אין דעם טרעפ. ווען ער רעדט מיט איינעם וועלכער איז ראדיקאל אנדערש, גייט ער אים באהאנדלען מיט רעספעקט און פרובירן פארשטיין וואס עס איז וואס מאכט דעם מענטש אזוי ראדיקאל אן אים מוסר'ן אדער אראפרייסן.

רשע- דער פארטיזאן העק
דער רשע, האט נישט קיין שום מאראלישער קאמפאס. דער איינציגסטער זאך וואס טרייבט אים איז מאכן זיין פארטיי געוואונען. ער האט נישט קיין פראבלעם צו נאמינירן א פארקאלעכטער שייסער אדער א נארסיסיסט אלס פרעזידענט אויב עס העלפט זיין פארטיי.
ער גייט אויפקומען מיט די צידרייטסטע ענטפערס איבער סקאנדאלן אין זיין פארטיי האפנדיג אז די תם'ן און שאינו יודע'ס וועלן דאס אפקויפן. ער גייט אויפהעצן איין חלק פון די פאפולאציע אנטקעקן די אנדערע, ער גייט נוצן די כח פון די רעגירונג, זיין בולי פולפיט, די IRS, Justice department FBI,
געווענדליך איז ער פון די רולינג קלאסס. ער גייט רעדן וועגן וואוטער פראוד בשעת'ן זיין איבערצייגט אז דאס איז פאלש. ער גייט רעדן איבער א פארקאלעכטער שייסער אז ווען קיינער זעהט נישט איז ער איזsharp as a tac בשעת'ן זיך אונטערלאכן פון די טיפשים וועלכע גלייבן אים.

תם-דער אינדאקטרירטער

דער טשאלענדזש פון דעם אינדאקטרירטער איז אז ער מיינט אז ער איז א חכם. ער הערט אויס די אנדערע זייט, אבער נאר וויאזוי זיין זייט פרעזענטירט דאס אדער פון א טיפש וואס זיינע שטותים שטימען מיט דעם תם'ס קאנפירמעישן בייעס איבער די אנדערע זייט.
אויב אינטערעקט ער אמאל מיט די אנדערע זייט. וועט עס נאר דינען צו באשטעטיגן זיין בייעס. אויב יענער צייגט זיך ווי א נארמאלער מענטש און ער האלט אנדערש ווי דיך, אנשטאט אים אויסהערן און פרובירן צו פארשטיין, וועט אים דאס איבערצייגן ווי שרעקליך די אנדערע זייט איז אז אפילן נארמאלע מענטשן ווערן ברעינוואשט פון זיי. ער האט נישט קיין שום קריטיק אויף זיין אייגענע פארטיי/קאנדידאט. אויב זיין קאנדידאט איז געפארן אויף א פרייוועט דזשעט צו פראטעסטן קליימעט טשעינדזש וועט אים דאס איבערצייגן ווי ריכטיג זי מיינט דאס אז זי האט מקריב געווען אירע אידעאלן פאר די גרעיטער גוד.
ער איז נישט מסוגל צו פארשטיין די אנדערע זייט אינדעפענדענטלי. ער מאכט זיכער דאס נאר אויסצוהערן דורך א פילטער פון דעם רשע/פארטיזאן העק. ער פילט אז ער ווייסט פונקטליך וואס זיי טראכטן און ער פרעגט זיי אפילו אף אן איינמאל נעמען די מי זיך ארפצוזעצן מיט זיי און פארשטיין. ער גייט זיי לעיבלען אלס א קענסער פאר סאוסייעטי און אלס א בעסקעט פון דעפלאורעבלס און ער מינט דאס אמת'דיג! אויב הערט ער איינעם רעדן אנדערש ווי אים ווערט זיין אמיגדעלע געטריגערט און ער בשגץ יענעם און הערט שנעל אויס איינעם פון זיין עקאו טשעמבער זיך צו בארואיגן.
דער שאינו יודע לשאול.
אים אינטערסירט אלעס גאנץ ווייניג. ער האט נשיט קיין סך שיטות ער נעמט זיין נייעס פון צוויי קוועלער און ער ווייסט אפילו נישט פון אנדערע. ער איז העפפי.


למעשה
אין די לעצטע פינעוו עלעקשאנס, האט אמעריקע געוועלט פאר ראסיסטן. ( איך רעכן נישט קאמאלע, קיינער האט נישט געוועלט פאר איר). דער חכם ווערט באזארגט און פרובירט דאס פארשטיין און זען וויאזוי מען קען דאס פרעווענטן.
דער רשע וועט בויען דערויף און ווייטער אנהעצן פרובירנדיג איינצוקעשן דערויף.
דער תם וועט אפפקויפן אלס וואס זיינע מיינדערס פארקויפן אים איבער דעם אייגענעם קאנדידאט, ברצון. איבער דעם אנדערן קאנדידאט וועט ער נישט קענען פארשטיין וויאזוי מענשטן קענען אפילו וואוטן פאר א ראסיסט! ער איז נישט מסוגל אויפצוהייבן א שפיגל און אריינקוקן און זיין היפאקריסטווע
דער שאינו יודע ווייסט פון גארנישט.

אין די לעצטע פינעוו אדמיניסראציעס האבן צוויי משפחות אויסגענוצט די געלעגנהייט רייך צו ווערן. מעסט דיין אייגענע רעאקציע צו ביידע משפחות. זעה לויט דעם ווי דו שטייסט אויף די וועלט.

עס איז וויכטיג צו באמערקן אז די שיטות זענען נישט קבוע. א מענטש קען זיין ביי איין סובדזשעק א חכם און ביים צווייטען א שאינו יודע. דער חכם קען זייער גרינג ווערן א רשע אדער א שאינו יודע אויב ער איז נישט פארזיכטיג. דער תם קען דורכגיין אן אויפוועקונג אויב ער איז נישט פארזיכטיג.
Note: All information above where not evaluated by the FDA, FBI, NASA, ICE, or USAID. This was not written with the rigors of an academic article and is intended for entertainment purposes only.




 
Back
Top