8D מוזיק

שמן למאור

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
95
רעאקציע ראטע
633
לעצטנס הער איז 8D מיזוק, כ'ווייס נישט וואו איך בין געווען ביז יעצט, יא כ'האב שוין געהערט פון די געדאנק פריער, אבער איך האב נישט געוויסט ווי געשמאק עס הערט זיך.

8D דארף מען הערן מיט אירפאדס, און ביידע זייטן פון אויער מוזן ארבעטן. עס טראגט די סאונד פון איין אויר צום אנדערן אזוי אז עס הערט זיך ממש עכט, פינקט ווי דו ביסט אין די צומער ווי די ניגון שפילט לעבעדיג. מען פארמאכט די אויגן און מען האט א טעם גן עדן.

מען קען טרעפן די סארט נינוגים איבעראל, זיך נאר פאר 8D, איך וועל נאר ארויפשטעלן צוויי ניגונים וואס איך בין עוסק לעצטנס דערין.

איינס די באקאנטע הללויה

View: https://youtu.be/C-7lbmvpOlk?si=uhA1zlo7F1Rf1ZSy



און די אנדערע די באקאנטע טונקעלע זייט

View: https://youtu.be/xd8nZs9hpJI?si=nAzQ7eS5IxdLbAwg
 
שלום עליכם @שמן למאור!!!
איך האב דיר יעצט געפלאנט צו פרעגן אין "הערות צו ניקס" אשכול, וואו דו ביזסט פארשוואונדן געווארן. וועלקאם בעק!
 
דא עפעס היימישע 8D מיוזיק?
איך גלייב סיי וואסערע גוטע העדפאוינס איז גוט, נישט קיין קפידא אויף עיר פאדס, גערעכט?
ניין, כ'מיין אז נישט מיט אלע העדפאונס וועט עס ארבייטן. עפעל עירפאדס אפי' די גאר אלטע ווייס איך ארבעט עס
 
טאקע זייער געשמאק, אבער איך מיין אז דער געלויפעכץ פון רעכטס צו לינקס פעלט נישט אויס. עס פארטומלט בלויז דעם מוח, און נעמט אוועק פון די גייסטישע קאנצענטראציע.
 
טאקע זייער געשמאק, אבער איך מיין אז דער געלויפעכץ פון רעכטס צו לינקס פעלט נישט אויס. עס פארטומלט בלויז דעם מוח, און נעמט אוועק פון די גייסטישע קאנצענטראציע.
האסט א שטיקל פוינט נישט אוועקצומאכן אבער למעשה איז עס זייער געזונט פאר די קריעטיוויטי פונעם דזשעלי אונזערע צו קאנעקטען ביידע זייטן סבלאזט אריין פרישקייט
טריי עס אויס פאר א וויכטיגע decision making און מערק דיין מוח ארבעט סאך ברייטער און אואט די באקס


שכח @שמן למאור פארן גיין פתיחה
 
לעצטנס הער איז 8D מיזוק, כ'ווייס נישט וואו איך בין געווען ביז יעצט, יא כ'האב שוין געהערט פון די געדאנק פריער, אבער איך האב נישט געוויסט ווי געשמאק עס הערט זיך.

8D דארף מען הערן מיט אירפאדס, און ביידע זייטן פון אויער מוזן ארבעטן. עס טראגט די סאונד פון איין אויר צום אנדערן אזוי אז עס הערט זיך ממש עכט, פינקט ווי דו ביסט אין די צומער ווי די ניגון שפילט לעבעדיג. מען פארמאכט די אויגן און מען האט א טעם גן עדן.

מען קען טרעפן די סארט נינוגים איבעראל, זיך נאר פאר 8D, איך וועל נאר ארויפשטעלן צוויי ניגונים וואס איך בין עוסק לעצטנס דערין.

איינס די באקאנטע הללויה

View: https://youtu.be/C-7lbmvpOlk?si=uhA1zlo7F1Rf1ZSy



און די אנדערע די באקאנטע טונקעלע זייט

View: https://youtu.be/xd8nZs9hpJI?si=nAzQ7eS5IxdLbAwg
ביידע איז זייער שיין
אבער ס'רוקט זיך ארום צווישן אויערן אן קיין שום פשט פארוואס פארווען
 
הו הא!

די סטייל מאכט מיר באקומען שטארקע פיזישע טשילס (goosebumps), ענד איי לייק איט עלאט... משום איזה סיבה, קען מען סאך בעסער פאוקעסן אויף די מוזיק און אויך פארלוירן ווערן דערין.

געטראפן א 8D טרעק אויף איינער פון מיין פעיוואריט ניגונים nothing else matters.

View: https://youtu.be/ydhJZBYinTM?si=NswLOaXgKmJtDQZu
 
עס טראגט די סאונד פון איין אויר צום אנדערן אזוי אז עס הערט זיך ממש עכט, פינקט ווי דו ביסט אין די צומער ווי די ניגון שפילט לעבעדיג. מען פארמאכט די אויגן און מען האט א טעם גן עדן.
וואו, יעצט אויספרובירט
סשווינדעלט קודם די אויערן אביסל
אבער די סאונד איז משוגע צו ווערן, ספיעלט ווי אין א מוזיק סטודיא
מלעבט די מוזיק סאונד אויף אלע באקן
 
טאקע נישט קיין מוזיק, אבער גאר א אינטערעסאנטע איבערלעבעניש ווי דער נעמט דיר אויף א רייד. פאר די בעסטע עקספיריענס, זעץ דיר אויף, מאך צו די אויגן, שטעק אריין ביידע עירפּאַדס און לאז זיך פירן.

געדענק צו פארלעשן די רינגער אויפן טעלעפאן ס'זאל נישט שטערן, ווי אויך מאך נישט אויף דיין אויגן אפילו ס'דאכט זיך אז איינער איז אריין אין דיין צימער, ס'איז פּאַרט אָף די געים.

View: https://youtu.be/axIKqBPGh5Q?si=O0mW4OUzxn7q7MGs
 
Back
Top