איז זיין קינדערלאז טאקע אזא צרה?

איך ווייס נישט פארוואס דער עולם רעדט אזוי פון ‘אייגענע’ קינדער. אין די היינטיגע וועלט איז אזוי אנגענומען אדאפטעיטיאן אלס אן אלטערניטיוו צו מאכן קינדער, און ווי אויך ווען עמיצער איז א ספארם אדער אייער דאונער, האבן זיי דען א שייכות אדער עני געפיל צום קינד אויסער א סטעדזש ריוניען צוואנציג יאר שפעטער? און ווען איינער ציט אויף א קינד הארט נאך געבורט, שפירט ער נישט אז סאיז פולקאם ‘זיין’ ‘איר’ קינד?
 
אינגערמאן איר לעבט א דזשענערעשאן צירוק...

היינטיגע טעג גיבן די פרומסטע רבנים היתירים אויף ב"ק.
אלע היתירים אויף בירט קאנטראל זענען ווערטלאז, ווילאנג מ'שווענקט די מוחות פון מיידלעך און כלות אז די וויכטיגסטע זאך איז האבן אסאך קינדער און ס'לוינט זיך צו ליידן פאר דעם וכו'

יעצט דארפסטו, די מאן, קאמפיטן מיט יארן עקספוזשער צו ערפארענע מאניפולירער וואס האבן גענוצט יעדער טריק אין די בוק צו קאנווינסן די פרויען אין זייער השקפה. טוישן די מיינד פון אזא פרוי איז עפעס וואס איז כמעט אוממעגליך פאר איינער וואס איז נישט קיין נאטירליכע מאניפולירער/קאנטראלער.
 
Back
Top