איז זיין קינדערלאז טאקע אזא צרה?

איך ווייס נישט פארוואס דער עולם רעדט אזוי פון ‘אייגענע’ קינדער. אין די היינטיגע וועלט איז אזוי אנגענומען אדאפטעיטיאן אלס אן אלטערניטיוו צו מאכן קינדער, און ווי אויך ווען עמיצער איז א ספארם אדער אייער דאונער, האבן זיי דען א שייכות אדער עני געפיל צום קינד אויסער א סטעדזש ריוניען צוואנציג יאר שפעטער? און ווען איינער ציט אויף א קינד הארט נאך געבורט, שפירט ער נישט אז סאיז פולקאם ‘זיין’ ‘איר’ קינד?
 
אינגערמאן איר לעבט א דזשענערעשאן צירוק...

היינטיגע טעג גיבן די פרומסטע רבנים היתירים אויף ב"ק.
אלע היתירים אויף בירט קאנטראל זענען ווערטלאז, ווילאנג מ'שווענקט די מוחות פון מיידלעך און כלות אז די וויכטיגסטע זאך איז האבן אסאך קינדער און ס'לוינט זיך צו ליידן פאר דעם וכו'

יעצט דארפסטו, די מאן, קאמפיטן מיט יארן עקספוזשער צו ערפארענע מאניפולירער וואס האבן גענוצט יעדער טריק אין די בוק צו קאנווינסן די פרויען אין זייער השקפה. טוישן די מיינד פון אזא פרוי איז עפעס וואס איז כמעט אוממעגליך פאר איינער וואס איז נישט קיין נאטירליכע מאניפולירער/קאנטראלער.
 
געליינט דעי פסח און די מאמענט די איש היה סעריע ווי א אינגערמאן וואס איז קינדערלאז לייגט אראפ דארט זיין סטראגל, די באשעפער זאל אים אוודאי אויפרעכטן,
אין איך פיל אביסל שלעכט צי רעדן פון עפעס וואס איך האב נישט אליינס דורכגעמאכט, קען זיין איך האלט יעצט וואס איך האלט ווייל איך האב געהאט גלייך קינדער, אבער איך געב מיר אביסל די רשות הדיבור ווייל ווען די מאמענט באשרייבט מיר א יאר צירוק און איך בין קינדערלאז, וואלט עס געווען מיט די זעלבע שווארצע קאלירן,
פאר מיר איז מורא'דיג אינטערעסאנט די פאקט, אז איך האלט מיט און ריעל לייף ווי מיין קאפ גייט דורך א שעיקענינג א זאך וואס איך האב קיינמאל פריער נישט געהאט,

איך פלעיג אייביג ליינען דעי סארט ארטיקלס, טאקע אזוי ווי דעי איש היה'ס, און איך בין מיטגעפארן מיט די רייד מיט ציגעמאכטע אויגן, און אפילו געלאזט א טרער אז דעי איד זאל אויפגעראכטן ווערן מיט א קינד,

היינט ציטאגס אבער ווען איך ליין עס וויין איך אויך.. אבער נישט אזוי ווייט אויף די פאקט אז ער איז קינדערלאז, נאר ווייל ער איז ווייב'לאז און לעבן'לאז!!!

איך גיי עטעטשן אפאר אויסצוגן דערפון, איך וויל ענק זאלן דזשאסט פארשטיין אז ווען מ'ליינט זיך אן מיט אזאכע זאכן אלס בחור, נו אוודאי ווען ס'קומט צי חתונה האבן מעסט מען די סוקסעס אויב מ'האט גלייך קינדער,

סארי פון פראנאויס, ס'דא אפאר וואס זענען נישט אזוי קלאר, אבער איך מיין ענק וועלן כאפן די זאך..
 
בייגעלייגטע פיילס

  • image000001.jpg
    image000001.jpg
    739.4 KB · געזען: 41
  • image000005.jpg
    image000005.jpg
    909.6 KB · געזען: 41
  • image000004.jpg
    image000004.jpg
    678.4 KB · געזען: 40
  • image000003.jpg
    image000003.jpg
    649.6 KB · געזען: 38
  • image000002.jpg
    image000002.jpg
    831.6 KB · געזען: 38
  • image000000(1).jpg
    image000000(1).jpg
    735.5 KB · געזען: 40
איך האב געהערט פון עטליכע אינגעלייט וואס האבן נישט קיין קינדער וואס האבן געלייענט דעם ארטיקל און זיי האבן געטענה'ט אז די ארטיקל איז גאנץ ווארשיינדלעך נישט געשריבן געווארן דורך א אינגערמאן וואס איז דאס דורך, נאר דורך א שרייבער מיט א דמיון מפותח, און זיי האבן געהאט עטליכע ראיות דערצו.

איך האב געפרעגט איינע פון די חברה וואס זענען אינוואלווד אין די מאמענט, ער האט געזאגט אז ער וועט עס מברר זיין, ער איז נאכנישט צוריק געקומען לייקענען אז ס'איז א פאלשע מעשה.
 
צי ס'אמת צי נישט מאכט נישט אויס.. די דעמעדזש איז דאן! און די 14 יעריגע בחורים און מיידלעך וואס ליינען עס, און זיי גייען נישט האבן קיין קינדער גלייך נאך די חתונה, גייט בא זיי יעדע ווארט פון די ארטיקל זיין אמת..

די שרייבערס כאפן נישט אז זיי זענען דעי וואס מאכן די סטיגמע, זיי מאכן אז בחורים און מיידלעך גייען צי צי זייער חתונה מיט די איינע ציל, צי האבן קינדער!

פארדעים גייען זיי פארגיסן טאכן טרערן ביי די יום החופה!

און פארדעם אויב נאך 4 חדשים איז די פרעגנעסי טעסט נעגעטיוו, גייט זיך שוין די ווייב מער אראפבינדען, און טוישען צי פעך ברוינע טייץ!

אפשר זאל די נעקסטע "איש היה" זיין פון א אינגערמאן וואס האט געצווינגענערהייט געזאגט "יא" נאך א האלבע שעה בעשוי, און ווי אזוי ס'נישט געווען קיין קעמסטרי פון אנהייב אן.. וכו.. איך גלייב די שרייבער וועט עס קענען אראפלייגן מיט זאפט, מיט אזא ארטיקל וועט ער כאטש אויפטון עפעס..
 
👍👍👍
 
איך בין געווען קינדערלאז פאר א קורצע תקיפה עס האט מיר אסאך מער געשטערו דאס מיך באנעבעכען ווי דאס עצם זיין קינדערלאז, איז ביטע מאכטס נישט משוגע קינדערלאזע פארפעלקער.
 
אלעס איז אזוי יעדע סטיגמע ביי אונדז איז לאו דוקא די פראבלעם די פראבלעם די פראבלעם איז די באנעבעכען און די דזאדזען

סאיז בעיסיקלי די באקאנטע משל פון סאטמאר רב מיט די ציונים אז זיי ווערן די לעשערס דערווייל זענען זיי די צינדערס

די סיסטעם צינדט אן די פייער נאכדעם קימען זיי פארלעשן ...
 
איך האב געהערט פון עטליכע אינגעלייט וואס האבן נישט קיין קינדער וואס האבן געלייענט דעם ארטיקל און זיי האבן געטענה'ט אז די ארטיקל איז גאנץ ווארשיינדלעך נישט געשריבן געווארן דורך א אינגערמאן וואס איז דאס דורך, נאר דורך א שרייבער מיט א דמיון מפותח, און זיי האבן געהאט עטליכע ראיות דערצו.

איך האב געפרעגט איינע פון די חברה וואס זענען אינוואלווד אין די מאמענט, ער האט געזאגט אז ער וועט עס מברר זיין, ער איז נאכנישט צוריק געקומען לייקענען אז ס'איז א פאלשע מעשה.
איך האב געפרעגט איינער פון דער מאמענט יענער האט מיר געזאגט אז דער שרייבער איז טאקע נישט געווען קינדערלאז אבער עס איז געווען א אינטערוויא מיט איינער וואס ווארט נעבעך פאר קינדער שוין יארן לאנג!
 
איך האב געפרעגט איינער פון דער מאמענט יענער האט מיר געזאגט אז דער שרייבער איז טאקע נישט געווען קינדערלאז אבער עס איז געווען א אינטערוויא מיט איינער וואס ווארט נעבעך פאר קינדער שוין יארן לאנג!
סאו די געפילן וואס ער לייגט אראפ האט ער אליינס געטראכט בעיסד אן א טרו סטארי?
 
פארדעם קוקט היימישע זשורנאליזם אזוי אויס.
באמת שוואכע קוואליטעט. א מין געשרייבאכצער. באלאנגט פאר כיתה ט'.

כוואליעס דארף אפציעל איבערנעמען זשורנאליזם ביים היימישן ציבור. נישט נאר ליטעראטור.

אוי הלוואי

@פאטשיילע אויף וואס ווארטסטו? זעצט דיר שרייבן א שארפע רעספאנס צו די מאמענט ארטיקל. אריין אין נעקסטן כוואליע.
זארגט אייך נישט, ס'וועט שוין ארומפארן אויף וואטסעפ.
וועסט כאטש אויפטון צו טוישן די מיינונג פון געוויסע האפנטליך.
 
Back
Top