דעיס איז נישט קיין פרייליכע ניגון, נאר א ליד וואס ברענגט ארויס די מאטערניש וואס אסך ראנגלען זיך, מיט׳ן אינערליכן קריטיקער:
נישט קיין חילוק ווי גוט דו ביזט וועט דער מזיק אלעמאל פרובירן דיר אוועקלייגן. איך פלעג זיך מוטשען מיט דעם אסך.
(די סיבה פ״וו איך גלייב אז ס׳קומט דא אריין, איז ווייל אמאל מאכט א ״טרויעריגע״ ניגון פרייליך; ווען ס׳קומט צום ריכטיגן אדרעס. ווען איינער פילט ענדליך understood מיט די פּלאג און פּיין וואס ער מוטשעט זיך.
ס׳קען אים געבן א געוואלדיגע comfort; ווען די ווערטער פולן פונקט אָן די לאָך אין זיין הארץ.
א געפיל וואס איז שווער מסביר צו זיין, ווען דו הערסט א ליד וואס געבט דיר וועלידיעשן פאר וויאזוי דו פילסט און דו ווייסט אז דו ביזט נישט דער איינציגער און ס׳נארמאל וואס דו פילסט! (צרת רבים חצי נחמה- איך גלייב נישט אז די טרייסט איז אז אנדערע סאָפערן אויך, נאר אז מ׳פילט נישט אזוי אליין)
9 מינוט איז אויסערגעווענטליך לאנג פאר א ליד! (געווענטליך איז עס 2-3) אבער פונדעסטוועגן האבן די גרויסע
מבינים א געוואלדיגע רעספעקט פאר דעי יקר המציאות, ווייל ס׳איז מייסטערהאפטיג געשריבן ווי אויך געזינגען.
(לוינט זיך צו קליקן cc אויף די ווידיאו - פאר די סובּטייטלס)
View: https://youtu.be/s_nc1IVoMxc
דעי ליד בלוטיגט פון אייגענע עקספיריענס (ווי עס איז מסביר דער קאמענטער פון
music heals)
הלוואי איין טאג קען איך עס איבערטייטשן אויף א היימישן אידיש (אדער קען אפשר איינער דא צוהעלפן)