כח הנגינה

לאור @קהל׳ס נער היתר צי הערן ריקארדינגס פון נגינום, און אלס איינער וואס איז יראת ד' על פני, וואס גייט נישט מיט קיין קולות, האב איך מיר אינטערגענומען @מר שושני'ס חומרא צי הערן נאר גויאישע, משום אין איסור חל על איסור, האב איך אנגעהויבן הערן זייערע זאכן,

האב איך מיר אנגעשטויסן און א ניגון וואס האט מיר מורא'דיג געכאפט, און איך זעה ס'שוין ארויס לאור עולם איבער 20 יאר, ס'איז מיר אינטערעסאנט אז קיינער האט עס נאכנישט איבערגעזעצט מיט אידישע ווערטער, ס'האט א עכטע היימישע מעלאדי

זי רעדט זיך אפ דארטן אז: ווי אזוי זי האט געדארפט צי וויסן אז זאכן טויגן נישט? זי וואלט אים נישט געטארט לאזן גיין, און יעצט איז זי זייער לאנלי, זי וועט טון אלעס אים צי צירוק באקומען, און ער זאל איר שלאגן נאך איין מאל,

ס'קוקט מיר אויס פון די ווערטער ווי זאכן זענען נישט געווארן געהעריג קאמיניקעיטעט, און ס'האט זיך גענדיגט מיט א גט..

דזשאקס און א זייט, איך האב זייער ליב דעים זמר.

 
אירע ניגונים הערן זיך אנדערשט נאך די סומעטאכע די לעצטע פאר יאר ווי זי איז ארויסגעקומען אז זי איז געווען געפערלעך קאנטראלירט ביי די 'אינדוסטרי'/איר טאטע.

עיין כאן
https://www.netflix.com/title/81177110
 
אירע ניגונים הערן זיך אנדערשט נאך די סומעטאכע די לעצטע פאר יאר ווי זי איז ארויסגעקומען אז זי איז געווען געפערלעך קאנטראלירט ביי די 'אינדוסטרי'/איר טאטע.

עיין כאן
https://www.netflix.com/title/81177110
שכח! איך וויל נישט קוקן די לינק,

אייביג האב איך עס נאכן וואטשן א טי ווי שאו וואס איך האב זייער געגליכן, און איך מאך א גגל סערטש אויף מיינע פעיווערעיט עקטארס אויף עס,
ווער איך געוואר אז ער האט זיך גענומען די לעבן, א צווייטער פייט זיך מיט א קעסט מעמבער וועיגן געלט וואס אויף די שאו זענען זיי בעסט פרענדס,
ס'מאכט מיר אזא שלעכטע טעם, פיניש.. איך מאך מיר צי די אויגן ווי א בת היענה און פארטיג!
 
שטעל זיך פאָר ווי אנדערש דאס לעבן וואלט געווען פאר עלטערן און בפרט קינדער ווען מ׳זאל אוועק מאכן אזעלכע אומאפיציעלע קאנצערטן, דורך היימישע מוזיקאנטן און זינגער
אין א גרינעם זונטאג -אין אזעלכע שטעטלעך ווי
קאשוי, סקווער, אדער קרית יואל, טאהש וכו׳



*דרך אגב הערנדיג דעיס מאכט עס מיר גלוסטן זיך איין טאג אפשר צו לערנען שפילן א Saxophone
די אופן וויאזוי די קול פון דעם אינסטראמענט גלעט דאס הארץ און בארוהיגט די נפש איז ווי magic

מיין חבר׳טע, וועלכע איז א טאלאנטפולע מוזיקאנט און זינגער, זאגט צומאל קען מען הערן א שטיקל מוזיק וואס געבט דיר אן ear-gasm 😂

לויט דעם וואלט איך געזאגט אז דעי חלק פון די סאקסאפאן געבט מיר א הארץ-גאזם ❤️


View: https://youtube.com/shorts/tb-FBwgFSXw?si=W0tzkte-e7cfX5-L
 
@שפרה לאווען
האסט שוין געהערט פון קעני זשי?

אויב גלייכסטו סאקסאפאן, וועסטו משוגע ווערן פאר זיינע הארציגע קלאנגען...

דא האסטו זיין מערסט באוואוסטע ניגון. (געשפילט מיט א 'גראדע סאקסאפאן')

View: https://youtu.be/447yaU_4DF8?si=hhBfUgLOq_amCcvW


(אה שיעור נישט פארגעסן.... ער איז א איד!)
 
Back
Top