אַ צונאַמי! וועט עי אי איבערנעמען אונזער דזאַבס?

צוזאמגעדרייט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
423
רעאקציע ראטע
1,828
פונקטן
223
דער טאג ווען עי איי און ראבאטן וועלן איבערנעמען אונזער ארבעט טוט זיך דערנענטערט מיט א שנעלקייט!

רוב מענטשן צו וועם איך רעד, לאכן דערפון. אפשר טאקע בין איך נישט גערעכט, אדרבה, איך בין דא צו דעבאטירן און גרייט צו טוישן מיינונג.

---
עטליכע פונקטן צו פארשטיין וואס דא אנטוויקלט זיך.

גוגל וועט אריין גיסן 180 ביליאן דאלאר 2026 אין עי איי! א געשאצטע פערטל טריליאן אין 2027!

טעסלא סעלף דרייווינג איז א פארטיגע אטאנאמישע ראבאט וואס טוט אויספירן פון א' בית ת'!

טעסלא בויט ריזיגע פאבריקן צו פראדוצירן מיליאנען מענטשליך אויסזעהנדע ראבאטן.

לעצטיגע עי איי'ס טוען אויספירן גאנצע ארבעט פאר מענטשן, ווי אליינס באשטעלן פראדוקטן, בויען גאנצענע וועבזייטלעך פון אנהייב ביז צו יעדע דעטאל ביזן סוף. גרייט צו נוצן!

לעצטע וואך האט אפען עי איי ארויסגעשטעלט א נייע מאדעל וואס איז (געהאלפן) געבויט געווארן דורך די פריערדיגע מאדעל. מיט דעם טרעט מען אריין אין די שטאפל ווי עי איי טוט זיך אליינס פארבעסערן און רידיזיינען.

----
סטעיטמענט פון גרויסע אנאליסטן. ווען עי איי וועט אנקומען צו א שטאפל פון מענטשליכע קלוגשאפט.
מער באקאנט אלץ AGI artificial general intelligence.

דעמיס האסאביס פון גוגל עי איי:
פופציג פראצענט שאנס ביי 2030.
מעגליך אז עס וועט נעמען ביז אין די שפעטע דרייסיגער יארן.

אילאן מאסק (באקאנט צו איבערטרייבן): מעגליך ביי די ענדע 2026 2027!!

יעען לעקון - מעטא עי איי:
שפעטער ווי 2035
(ער איז די ווייניגסטע אפטימיסטיש.
אגב מעטא עי איי קומט נישט צו צום שטאפל פון גוגל, גראק, ענטראפיק און גי פי טי. אפשר וועגן דעם טראכט ער אזוי...)

געפרי הילטאן באקאנט אלס דער godfather of AI ער איז דער וואס האט אהערגעשטעלט די יסודות פון עי איי. שפעטער רעזיגנירט פון גוגל כדי צו קענען אפענערהייט ווארענען די וועלט איבער די סכנה פון עי איי
2030-2045.
(געפרי פלעגט זאגן עס וועט נעמען פערציג פופציג יאר. לעצטענס האט ער צוריקגעצויגן און גיבט עס צווישן פונעף אדער צוואנציג יאר. ער טענה'ט אז עי איי לויפט שנעלער ווי ערווארטעט)

CEO antheopic:
2026 2027 - גאר פארגעשריטענע עי איי וואס וועט איינשלינגען ביז האלב פון
Entry level jobs
ער דרייט זיך ארויס פון די AGI פראגע.

סעם אלטמאן אפען עי איי GPT:
סוף 2029!

CEO Nvidia
5 יאר

----

א מאסיווע עקאנאמישע שטורעם קומט אונזער וועג. אילאן מאסק רופט עס א צונאמי איז אויפן וועג!

אין די קומענדיגע צוויי יאר גייט זיך אנהייבן מאסיווע unemployment א שיינע 20% unemployment.

2028 קען עס גיין נאך ערגער און אפגערעדט פון 2030 און ווייטער.

עי איי וועט זיין אזוי קלוג. אונז וועלן זיין ווי פערד קעפ אנקעגען די עי איי. עס וועט נישט זיין קיין נייע אינדוסטריס. פונקט ווי די פארשטייסט אז פערדן קענען נישט צוגעבן גארנישט צום עקאנאמיע (אחוץ שלעפן א וואגן) אזוי אויך וועלן אונז זיין ווערטלאז אנקעגען די סופּער קאמפיוטערס!

עס איז דא צו שרייבן אויף דעם א וועלט. לאמיר הערן ווער עס קריגט זיך און מען וועט עס נעמען פון דארט ווייטער.
 
לעצט רעדאגירט:
פארוואס עקשנ'ט זיך די מענטשהייט זיך אליינס אונטערצוברענגען? אויפבויען און איבערגעבן קאנטראל פאר מאשינען קלוגער פון אונז וואס גייט אונז לאזן דזשאבלאז און מאכטלאז. אנבעליוועבל סטופידיטי
 
פארוואס עקשנ'ט זיך די מענטשהייט זיך אליינס אונטערצוברענגען? אויפבויען און איבערגעבן קאנטראל פאר מאשינען קלוגער פון אונז וואס גייט אונז לאזן דזשאבלאז און מאכטלאז. אנבעליוועבל סטופידיטי
עס איז נישט מענטשהייט.
עס איז אפאר ביליאנערן.
 
פארוואס עקשנ'ט זיך די מענטשהייט זיך אליינס אונטערצוברענגען? אויפבויען און איבערגעבן קאנטראל פאר מאשינען קלוגער פון אונז וואס גייט אונז לאזן דזשאבלאז און מאכטלאז. אנבעליוועבל סטופידיטי
מיר זענען אן אום-ראציאנאלע ספישיס, מיר קענען זיך צוריקהאלטן פון מאכן פראגרעס, מיר לעבן דערויף (וע"ע אטאמיק באבמבע)

(כ'האב גראדע באמערקט נאכטן א טוויט פון אילאן ווי ער שרייבט "בקרוב" צו איינער וואס וואונדערט זיך ווען וועט זיין אן AI וואס קען איבערמאכן די לעצטע סעזאן פון GOT...)
 
אדער איז עס א ראצינאליסטישע החלטה געטריבן דורך געלט רייץ?
איך געדענק ס'איז געווען א גאנצע מחלוקת אינערהאלב Open AI צווישן אלטמאן און דאכט זיך מיט סוצקעווער ווי ווייט צו גיין מיט AI, צום סוף האט אלטמאן מיט זיין פינאנציעלע פאקוסד צוגאנג געווינען
 
דא האסטו chat gpt צו בארואיגן דעם עולם

People have predicted “mass
unemployment catastrophes” every time a major technology appeared — and every time, the specific jobs disappeared, but society didn’t collapse.
Horse industry → automobiles (1900s)
Millions worked with horses: carriage drivers, blacksmiths, stable workers, harness makers. When cars arrived, people feared economic disaster. Instead, those jobs faded while entirely new industries exploded — auto manufacturing, mechanics, trucking, oil, road construction.
Hand weaving → textile machines (Industrial Revolution)
Artisan weavers protested and even destroyed machines, convinced machines would end work. Hand weaving declined, but factory jobs and modern industry expanded massively.
Ice harvesting → electric refrigeration
Huge seasonal workforces cut and delivered ice. Refrigerators made the entire industry obsolete. Nobody today misses hauling ice blocks — but the appliance and electrical industries created far more employment.
Telephone operators → automatic switching
Hundreds of thousands of operators once connected calls manually. Automation eliminated the role, but telecommunications and IT fields grew far beyond it.
What people feared:
• permanent mass unemployment
• collapse of working families
• loss of dignity and purpose
What actually happened:
• productivity increased
• costs dropped
• new industries appeared
• overall employment continued to grow
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
HBcoxMSX0AAwlJC.webp
 
איך מיין אז AI האט שוין יעצט איבערגענומען מער דשאבס ווי מען מיינט. זייער אסאך ביזנעסער וואס איך קען, נוצען שוין יעצט AI פאר געוויסע טעקס. עלימינירנדיג נידריג ראנגיגע דשאבס.
דאס, און דאס פארמערטע נוצען פון אויסלענדישע ארבעטער, זענען לדעתי וואס טרייבט א קריזיס אין דשאבס עוועילעביליטי אין די היימישע מארקעט. קענענדיג א שיינע פאר מענטשן וואס מוטשען זיך צו טרעפן א דשאב, זעהט מיר אויס ווי די קריזיס האלט שוין אינמיטן.
 
יא די דזאַב ריפּאָרט פון 2025 איז שרעקליך ביז גאר! ערגער ווי 2007 (סאורס יאסי געשטעטנער).

איך מיין אז מען דארף עס צעטיילן אין צוויי.

1) די היימישע דזאַב מאנגל, איז צוליב די נאָך-קאוויד עקענאמיע, אינפלאציע, ווייניגער ביזנעסער בליען.

2) אין די אלגעמיינע corporate וועלט ווי גרויסע פירמעס מיט צענדליגער טויזנטער ארבייטער. דארט שליסט מען גאנצענע אפטיילונגען וואס ווערן איינגענומען דורך עי איי.

עמעזאן האט אפגעזאגט 16,000-30,000 ארבייטער! און בעיקר איז אַזויווי דו זאגסט, עס קומען נישט צו געניג נייע אפערטונעטיס.

די עקענאמיע זייגט אריין "טו בעגין וויט". אנשטאט זיך ערהוילן, זעהט אויס ווי דאס גריב איז אסאך טיפער!
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין אבער מסופק צו אין די לאנג טערמין איז דאס א נעגעטיוו אדער פאזיטיוו.
בען שאפירא און אנדערע טענה'ן אז היסטאריע האט געוויזן אז טעכנאלאגישע פארשריט האט אייביג אין די ענדע בעסער געמאכט לעבנס באדינגונגען. כאטש וואס אין אנפאנג האט מען געמיינט אז עס ברענגט אונטער געוויסע אינדוסטריעס (װי באקאנט, ווען קארס זענען ארויסגעקומען, האט די פערד אינדאסטריע זיך געשלאגן קעגן דעם. למעשה, האט דער אויטאמאביל געמאכט דאס לעבן באקוועמער, און האט באשאפן פילע נייע דזשאבס וואס די פערד אינדאסטריע האט נישט פאראויס געזען). און אין די קורצע טערמין איז עס טאקע שווערע דורכגאנג, אבער אין לאנגען טערמין קומט מען ארויס בעסער ווי פארדעם (אפאר יאר צוריק האט ער געהאט א דעבאטע מיט טאקער קארלסון איבער גאווערמענט רעגולאציעס אנטקעגן טעכנאלאגישע פארשריט אין פעקטאריס וכדו' מיט די זעלבע טענה). יש שכל בדבריו, אבער איך בין נישט איבערצייגט. בכלל, ווייס איך נישט צו AI איז די זעלבע ווי טעכנעלאגיע אין אלגעמיין אין דעם געביט. איך קען הערן ביידע זייטן. מיר קוקט אויס ווי עס איז באמת שווער צו וויסן און זיך פארשטעלן וויאזוי עס וועט זיך אויסשטעלן צום סוף, אבער וואס איך זיכער אז אינעם קורצן טערמין גייט עס זיין גאר שווער...
 
טעכנאלאגישע פארשריט האט אייביג אין די ענדע בעסער געמאכט לעבנס באדינגונגען.
פארגעס נישט פון ביידע וועלט מלחמות. און פולע שחיטות ביזן היינטיגע טאג.

מען האט קיינמאל אין היסטאריע נישט אויסגעשאסן אזויפיל מענטשן און שטעט אויף איין מאל. מען פארגעסט וואס איז געשען. די גרעסטע מענטשליכע חורבן זייט די וועלט שטייט!
עס ווערט געניצט אויף גוטע זאכן און אויף שלאכטע.

מיין פוינט: טעכנאָלאָגיע האט נישט דווקא בעסער געמאכט די וועלט אויב דו קוקסט אויף די מאסיווע מלחמות און שחיטות. יא דיין באקוועמע קאר, דיין נאסע שוויץ, Anastasia א.א.וו. זענען זייער באקוועם. אבער מען צאלט יעדע שטיק צייט א טייערע פרייז!
 
איך קום נישט פארטיידיגן טעכנאלאגיע אין אלגעמיין - צו עס איז א נעט פאזיטיוו אדער נעגעטיוו פאר די וועלט. איך רעד פון עקאנאמישע פראספעריטי ספעציפיש.
 
UBI (universal basic income) איז לכאורה די איינציגסטע וועג פאראויס, עכ''פ פאר די קורצע טערמין ביז די שטויב זעצט זיך.

רעוואלוציעס ווי באקאנט געשען בעיקר ווען די מאטעריאליסטישע קאנדישאנס קומען אן צום נידעריגסטן קלימאקס (9 סעודות רול..), און מיט די היינטיגע אינפראסטראקטור איז מעגליך צו האבן redistribution פאליסיס וועלכע קענען שטייערן די רייכע - וועלכע מאכן די געלט טאקע פון אוועקנעמען די אלע דזשאבס, און עס פארטיילן פאר די אלע וועלכע ליידן דערפון.
- דאס איז נישט קיין מאראלע ארגומענט צו ענטראפענעורשיפ בארעכטיגט די רווחים וכדו', עס איז בלויז פראגמאטיש צו אפהאלטן טאטאלע אנארכיע.
דאס איז לדעתי די גרעסטע עדווענטעדזש וואס אונז האבן היינט איבער די צייטן פון די פארגאנגענע רעוואלוציעס - נעמליך די נאלידזש און סיסטעם וועלכע קען צושטעלן וועלפעיר אויף א מסודר'דיגן וועג, אלבעיט די מחלוקת'ן איבער די ריכטיגע סקעיל דערפון.

די אינדוסטריאלע רעוואלוציע האט טאקע געפירט צו מאסיווע פארבעסערונגען אין אונזער לעבן קאנדישאנס, סטיווען פינקער'ס בוך 'ענלייטענמענט נאו' צולייגט זייער שיין די דאטא וויאזוי די לעבן האט זיך פארבעסערט כמעט אין יעדע מעטריקס, און בען שפירא צווישן אנדערע טענה'ט טאקע אז דאס גייט זיך איבער'חזר'ן מיט AI אויך.
פון די אנדערע זייט טענה'ן רעאליסטן (ווי יובל נח הררי אין זיין בוך 'נעקסוס') 1. די פשוט'ע טענה אז היסטאריע גראמט טאקע אבער ס'מיינט נישט אז עס מאכט חזרה. און 2. אז די פרינט/אינדוסטריאלע רעוואלוציע האט באמת געקאסט אסאך מער ווי מיר מיינען, די גאנצע היסטאריע פון די וויטש-האנטס ביז קאמוניזם און די וועלט מלחמות קען גרינגערהייט ווערן צוגעשריבן צו זיין א דירעקטע תוצאה דערפון, און אלס א סאסייעטי דארפן מיר אפוועגן דאס אלס מעגליכע אויסגאנג און נישט זיין פארבלענדערט פון די סורווייווערס בייעס אז אלעס איז גוט.
געוויס זענען דא די עקסטרעמיסטן ווי אליעזר יודקאווסקי ('אויב איינער בויט עס - יעדער שטארבט') און אנדערע וועלכע מאלן אראפ אן עפאקאליפטישע מצב בתפארתו.

נקודה איז, אז שווערע החלטות און פאליסיס מוזן געפארעמט ווערן, און דער שנעלער דער בעסער, (זיך טענה'ן איבער אימיגראציע און טרענס איז שטיקל רויטע הערינג אין אזא סיטואציע).
מער פון אלעם דארף מען טיף איבערטראכטן די עקאנאמישן מאדעל ווי די פאר אין שפיץ וועלן ליטעראלי האבן אין באזיץ דאס רוב פון די לעיבאר מארקעט - AI bots, אינאיינעם מיט די פראדוקציע מארקעט - cars/tech, און דאס מערהייט פאלק זיצט אינדערהיים סקראולן אויף טיקטאק אן קיין פרוטה צום נשמה.. איז דאס וואס מיר - אלס א סאסייעטי - זענען גרייט צו אייננעמען? און אויב נישט, וואס איז שייך צו טון?!
 
לעצט רעדאגירט:
1) איך בין נישט איבערצייגט איבער UBI. די שאלה ווערט וואס איז געלט ווערד, אויב עס איז בחינם. לכאורה וועט אינפלאציע טאנצן ביזן הימל.

2) UBI ארבעט נאר (מעגליך!) אויב מען נעמט פון די רייכע. סתם פרינטן געלט מאכט נישט קיין סענס.

מאנכע שפעקולירן אז די גאנצע איידיע וואס מיר האבן איבער געלט און עקענאמיע היינטיגע צייטן. "אויסטוישן סערוויסעס און פראדוקטן פאר אנדער סערוויסעס און פראדוקטן" . דאס קען קומען צו אן ענדע אויב דער דורכשניטליכער מענטש האט נישט וואס צוצוגעבן צום עקענאמיע.

די פראבלעם גייט נאך טיפער. איינמאל עי איי קומט אן צום שטאפל, ווי מענטשן זענען ווערטלאז. פארוואס זאלן דו הויעך עליטע אונז אויסהאלטן? מחמת רחמנות? מען דארף זיין שטאַרק נאיוו צו גלייבן, אז די ביליאנערן זענען בעלי רחמנות. אפשר יא, כהאף אז יא. אפשר עטליכע פון זיי. אבער אויב נישט, קען דאס זיין א טראגישע סוף צו דער פשוט'ע מענטש.
 
קודם כל, אודאי רעדט מען פון רידיסטריביושאן און נישט סתם דרוקן באנקנאטן.
והשנית, אסאך סטאדיס זענען געמאכט געווארן איבער UBI אין לאקאלע פלעצער, כמעט אלע האבן זיך אויסגעשטעלט פאזיטיוו, די גרעסטע קריטיק דערויף איז אז אויף א ריזיגן פארנעם טוישט זיך די גאנצע פערימווארק - און די גאנצע באזע פון די סטאדיס, ואכמ"ל.

די שאלה פון אינפלאציע איז לעגיטים, אבער נעמענדיג אין אכט אז נישט יעדער גייט פארלירן אלעס, מיינט עס אז עס גייט נאכאלץ בלייבן קאמפעטישאן און ווילן צו מאכן מער געלט (וויאזוי נאר מעגליך) און צו קויפן מער זאכן ווי די בעסיק אינקאם ערמעגליכט.
נישט פארגעסן אז ווען AI פראדוצירט אלעס איז די סופליי כמעט בחנם - וואס באדייט אז די אינפלאציע האט א קאונטער-וואג אויך.
ס'איז נישט קיין גאנצע תירוץ אבער דאס איז זיכער אז אינפלאציע איז בכל אופן א בעסערע געמבל ווי מאסיווע אנעמפלוימענט!

מאנכע שפעקולירן אז די גאנצע איידיע וואס מיר האבן איבער געלט און עקענאמיע היינטיגע צייטן. "אויסטוישן סערוויסעס און פראדוקטן פאר אנדער סערוויסעס און פראדוקטן" . דאס קען קומען צו אן ענדע אויב דער דורכשניטליכער מענטש האט נישט וואס צוצוגעבן צום עקענאמיע.
בלייבט איבער צו טעסטן די הייפארטעזיע אין רעאליטעט..

די פראבלעם גייט נאך טיפער. איינמאל עי איי קומט אן צום שטאפל, ווי מענטשן זענען ווערטלאז. פארוואס זאלן דו הויעך עליטע אונז אויסהאלטן? מחמת רחמנות? מען דארף זיין שטאַרק נאיוו צו גלייבן, אז די ביליאנערן זענען בעלי רחמנות. אפשר יא, כהאף אז יא. אפשר עטליכע פון זיי. אבער אויב נישט, קען דאס זיין א טראגישע סוף צו דער פשוט'ע מענטש.
נישט מכח רחמנות, נאר מכח צו האלטן זייער סטאטוס (אין מלך בלא עם), און מער וויכטיג - צו אפהאלטן א שלאכטפעלד..
 
לעצט רעדאגירט:
מענטשן זאגן, ביי די נוקלעארע וואפן געיעג, האט מען אויך געזאגט, עס גייט חרוב מאכן די וועלט. קוק, למעשה גייט אלעס אן געהעריג.

זייט ווען האט זיך די נוקלעארע סכנה געענדיגט? טויזנטער אטאם באמבעס שטייען גרייט יעדן טאג צום באניץ.
---
די טענה אז מען שרעקט אן דעם עולם בעפאר יעדע טעכנאָלאָגישע טויש. ווי למשל "מען" האט געמיינט אז די אינדוסטריעל רעוואלוציע וועט זיין א קאטאסטראפע אן קיין לעזונג.

אז מענטשן דעמאָלט זענען געווען דערשראקן, האט גארנישט צוטון מיט מיין בליק אויף עי איי, דאס איז א גענצליך נייע ארטיקל עס איז נישטא קיין שום משל אין דער וועלט וואס איז אפילו ענדליך צו סופער עי איי.
 
Back
Top