- זיך איינגעשריבן
- מאי 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 423
- רעאקציע ראטע
- 1,828
- פונקטן
- 223
דער טאג ווען עי איי און ראבאטן וועלן איבערנעמען אונזער ארבעט טוט זיך דערנענטערט מיט א שנעלקייט!
רוב מענטשן צו וועם איך רעד, לאכן דערפון. אפשר טאקע בין איך נישט גערעכט, אדרבה, איך בין דא צו דעבאטירן און גרייט צו טוישן מיינונג.
---
עטליכע פונקטן צו פארשטיין וואס דא אנטוויקלט זיך.
גוגל וועט אריין גיסן 180 ביליאן דאלאר 2026 אין עי איי! א געשאצטע פערטל טריליאן אין 2027!
טעסלא סעלף דרייווינג איז א פארטיגע אטאנאמישע ראבאט וואס טוט אויספירן פון א' בית ת'!
טעסלא בויט ריזיגע פאבריקן צו פראדוצירן מיליאנען מענטשליך אויסזעהנדע ראבאטן.
לעצטיגע עי איי'ס טוען אויספירן גאנצע ארבעט פאר מענטשן, ווי אליינס באשטעלן פראדוקטן, בויען גאנצענע וועבזייטלעך פון אנהייב ביז צו יעדע דעטאל ביזן סוף. גרייט צו נוצן!
לעצטע וואך האט אפען עי איי ארויסגעשטעלט א נייע מאדעל וואס איז (געהאלפן) געבויט געווארן דורך די פריערדיגע מאדעל. מיט דעם טרעט מען אריין אין די שטאפל ווי עי איי טוט זיך אליינס פארבעסערן און רידיזיינען.
----
סטעיטמענט פון גרויסע אנאליסטן. ווען עי איי וועט אנקומען צו א שטאפל פון מענטשליכע קלוגשאפט.
מער באקאנט אלץ AGI artificial general intelligence.
דעמיס האסאביס פון גוגל עי איי:
פופציג פראצענט שאנס ביי 2030.
מעגליך אז עס וועט נעמען ביז אין די שפעטע דרייסיגער יארן.
אילאן מאסק (באקאנט צו איבערטרייבן): מעגליך ביי די ענדע 2026 2027!!
יעען לעקון - מעטא עי איי:
שפעטער ווי 2035
(ער איז די ווייניגסטע אפטימיסטיש.
אגב מעטא עי איי קומט נישט צו צום שטאפל פון גוגל, גראק, ענטראפיק און גי פי טי. אפשר וועגן דעם טראכט ער אזוי...)
געפרי הילטאן באקאנט אלס דער godfather of AI ער איז דער וואס האט אהערגעשטעלט די יסודות פון עי איי. שפעטער רעזיגנירט פון גוגל כדי צו קענען אפענערהייט ווארענען די וועלט איבער די סכנה פון עי איי
2030-2045.
(געפרי פלעגט זאגן עס וועט נעמען פערציג פופציג יאר. לעצטענס האט ער צוריקגעצויגן און גיבט עס צווישן פונעף אדער צוואנציג יאר. ער טענה'ט אז עי איי לויפט שנעלער ווי ערווארטעט)
CEO antheopic:
2026 2027 - גאר פארגעשריטענע עי איי וואס וועט איינשלינגען ביז האלב פון
Entry level jobs
ער דרייט זיך ארויס פון די AGI פראגע.
סעם אלטמאן אפען עי איי GPT:
סוף 2029!
CEO Nvidia
5 יאר
----
א מאסיווע עקאנאמישע שטורעם קומט אונזער וועג. אילאן מאסק רופט עס א צונאמי איז אויפן וועג!
אין די קומענדיגע צוויי יאר גייט זיך אנהייבן מאסיווע unemployment א שיינע 20% unemployment.
2028 קען עס גיין נאך ערגער און אפגערעדט פון 2030 און ווייטער.
עי איי וועט זיין אזוי קלוג. אונז וועלן זיין ווי פערד קעפ אנקעגען די עי איי. עס וועט נישט זיין קיין נייע אינדוסטריס. פונקט ווי די פארשטייסט אז פערדן קענען נישט צוגעבן גארנישט צום עקאנאמיע (אחוץ שלעפן א וואגן) אזוי אויך וועלן אונז זיין ווערטלאז אנקעגען די סופּער קאמפיוטערס!
עס איז דא צו שרייבן אויף דעם א וועלט. לאמיר הערן ווער עס קריגט זיך און מען וועט עס נעמען פון דארט ווייטער.

לעצט רעדאגירט: