אַנְשֵׁי קֹדֶשׁ תִּהְיוּן לִי!!!

דאס איז דאך די זאך פון דף היומי, אז דו מוזט "יעדן טאג" לערנען דעם דף, אפגעזען די אומשטענדן... טא וואס זאל א מענטש טון ווען ער האט א חתונה?
 
#2 הייליגע אומ-מענטשען:
'ארויסווייזן ליבשאפט'

ס'נישט קלאר פון ווי די גזירת חכמים איז נולד געווארן אבער לכאו' שטייט עס ערגעץ אין חז"ל (אויף די 'נייע תורה' פארשטייט זיך...)
'תנו רבנן, משרבו המכשולות (u name it) עמדו וגזרו שלא להראות חיבה זה לזה, ותיקנו שלא יחבק אב לבנו, רבי לתלמידו, וכ"ש בין החברים..... '

חוץ פון ליבשאפט בכלליות וואס אונז האבן כמעט נישט זוכה געווען צי באקומען אינדערהיים, פון די שיריים פון היטלער'ס פעטש לכאורה, איז דא ממש א 'גדר ערוה' וואס איז אוועקגעשטעלט און אונזער 'פארפרומטע וועלט' אז מ'טאר ח"ו נישט ארויסווייזן פאר א חבר צי סיי ווער אז מ'האט איהם ליב..... (אזוי ווייט אז כ'האב גאר מורא צי פארשריגן ווערן אויף די שורות 'מאלעסטער')

הגם די אייבערשטער האט אזוי באשאפן די וועלט, אז עס איז דא א נאטורליכע תנועה ציווישן צוויי מענטשען וואס זענען באפריינדעט, וואס הייסט 'חיבוק' וואס אונזער תורה איז פיל מיט דעהם.... (אפשר טאקע ווייל זיי זענען געגאנגען אנע קאפלעך..... רח"ל) און אפי' אין די מעשה ביכער איז נאך געבליבן שיריים פון די וועלט ווי האלדזן א חבר איז געווען נארמאל, אבער זעהט אויס אז ציזאמען מיט די סטראבעריס איז דאס גע'אסר'ט געווארן.

כ'געדענק אלס קינד ווען מ'האט געזעהן א פלעי, און ס'איז געקומען די פארט פון 'טאטע-זוהן' טרעפן זיך האבן די קינדער זיך אנגעהויבן ארומריקן אומבאקוועם.... און ארויסגעמורמעלט 'חזיר....' עפעס אזוי....אמער א האג איז עפעס וואס נאר גוים טוען...... (כ'האף אז נאך די חתונה עכ"פ פילן זיי שוין נישט אזוי....)

און ס'נישט נאר געקומען אזוי 'פערצופאל' צוליב די חוסר ליבשאפט אינדערהיים ווי געשריבן, נאר מ'האט אפציעל געהאקט אויף דעהם אין ישיבה.... 'רח"ל ווי מ'קען זעהן ביי שמחות צוויי קילע אינגערלייט האלדזן זיך....' און אזוי אפגעלאכט.... 'אה! דאס זענען אמת'ע חברים ווייל זיי האגן זיך איך (מגי"ש) האב נישט קיין חברים, הא?!'
דערמאן איך זיך יעצט ווי מיין מגי"ש האט ארויסגעברענגט די 'שרעקליכע חורבן' פון טעקסט מעסעדשעס און די גולת הכותרת ווען מ'האט שוין ארויסגעזאגט פאר די בחורים זאכן וואס דארף נישט געזאגט ווערן..... (עטס קענטס דעי פארט ווי יעצט גייט די מגי"ש אראפנאגלען די איסור ווייל ס'דא מעשיות וואס מ'רעדט נישט....אין כ'גיי נאר זאגן איין.......יעצט פרעג מיך אפ) איז געווען אז 'בחורים עטס ווייסט בכלל וואס די ווארט LOL מיינט????!!!! עס מיינט lots of love!!! :eek:רח"ל!!!!! (ס'שאדט קיינמאל נישט צי הערן א נייע פשט...) ואי הכי איז דאך עס ממש א טריט אוועק פון 'שאול תחתית'....

עכ"פ מיין איך אז און אונזער הייליגע קאמיוניטי איז עס עפעס וואס דארף א תיקון.... הגם קיינער ווערט טאקע נישט געבאדערט אז מ'האגט איהם נישט און ווער ס'וויל איז שוין היינט העכסט נארמאל יא צי געבן א האג פאר א חבר, דאך איז עס עפעס וואס מ'דארף ארויסברענגען אלס 'אנשי קודש' אלס נאך א אומ-מענטשאפט וואס קומט לכאורה פון אונזער 'אומ-מענטשליכע קדושה'
 
יי די סעודה ווען זי ריפט זיך אן צי מיין ברידער "מושי, פרעג יענקי אויב ער דארף.....) און איך זיץ דאך צוויי אינטשעס אוועק.....
איך האב בערך געהאט אזא מעשה. איך גיב זיך א דריי אויס צו איר און איך פרעיג צו זי דארף מושי פאר א טרענסעלעיטאר ווייל איך לכאורה פארשטיי נישט קיין אידיש אדער ענגליש.

מער האט דאס נישט פאסירט!
 
ווען מען קומט צו א חתונה, איז דא א קיום מצוה בפועל פון כמה גוטס,
ואהבת לרעך, והלכת בדרכיו, גמילות חסדים, משמח חתן וכלה, איז יעדע שעה א קיום מצוה, איז דענסטמאל נישט די צייט פון לימוד תורה, פשוט, העוסק במצוה פטור מן המצוה, לערנען אין אזא פלאץ איז סתם א שאו אפף , ללמוד וללמד ,"לשמור ולעשות".
 
@ריבי איך שטוין פון דיין גאונות!!!!! יעדע תגובה עקסטער!!!!!
(אויף דעהם גייסטו מיר אויך ענפערן מיט מראי מקומות 🤪 ביסט ממש א AI!... כ'האף ס'איז א קאמפלימענט...)
 
דאס איז דאך די זאך פון דף היומי, אז דו מוזט "יעדן טאג" לערנען דעם דף, אפגעזען די אומשטענדן... טא וואס זאל א מענטש טון ווען ער האט א חתונה?
גיי צי א נערביי שול, מאך נישט דעם זאל פאר בהמ"ד

חוץ אויב די מחותן וויל (ס'גייט מיר נאך אלס נישט אריין אין קאפ)
 
ווען מען קומט צו א חתונה, איז דא א קיום מצוה בפועל פון כמה גוטס,
ואהבת לרעך, והלכת בדרכיו, גמילות חסדים, משמח חתן וכלה, איז יעדע שעה א קיום מצוה, איז דענסטמאל נישט די צייט פון לימוד תורה, פשוט, העוסק במצוה פטור מן המצוה, לערנען אין אזא פלאץ איז סתם א שאו אפף , ללמוד וללמד ,"לשמור ולעשות".
איך האב גערעדט מער פון די מענטשליכקייט חלק,

באט שאר, אונזער גאט האט פיל מיט מצוות וואס איז בעצם מעננערס, נאר די תורה האט געוואוסט אז פאר געוויסע מענטשן רעדט נישט צו זיי מעננערס, האט ער עס געסענדוויטש אין מצוות
 
יא, דאס איז פשט דרך ארץ קדמה לתורה,
אויך זאגן חז"ל, אלמלא לא ניתנה תורה למדנו צניעות מחתול וכו',
מען דארף זיין א נארמעל היומען ביאינג.
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
עגעין, מ'דארף נישט קיין ראיה פון די תורה צו זיין א "נארמעל היומען ביאינג".

(איך האף אז דו גייסט נישט יעצט ברענגן א ראיה פון די תורה אז מ'דארף נישט האבן קיין ראיה פון די תורה צי זיין א "נארמעל היומען ביאינג" 😂)
 
למען האמת ווייס איך פון עטליכע פעלער ווי דער מחותן האט עס געבעטן, עס הייסט אביסל א קילע זאך. To each his own.
אמתדיג געבעטן?
אדער ווען די מחותנס פעטער קומט בעטן- סלעש זאגן - אז ער גייט מאכן א שיעור, האט ער בדרך כלל נישט די אייער אפצוזאגן?
 
איך בין חתונה געהאט אין זייער א פרומע משפחה, אוו איך האלט מיר פרום, איך זאג אבער אייביג שכח, א גוטן, וכדו’ די בעסיקס, צו מיינע שוועגערינס. האב נישט מורא צו זיין פשוט א מענטש, און זיך באציען צו זיי פלעין ווי מענטשן, א פרעג דא און א גרוס דארט.

יעדער פארשטייט עס, און קיינער קוקט דאס נישט אן שלעכט, איך רעד אפי’ פון די גאר פרומע. מען ברויך נאר אליין האבן די דעת און זיך עס איינפירן.

און מען לערנט אויך אויס די ווייב אזוי, ”ביי אונז גריסט מען”, פיריעד.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top