Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
איך האב בערך געהאט אזא מעשה. איך גיב זיך א דריי אויס צו איר און איך פרעיג צו זי דארף מושי פאר א טרענסעלעיטאר ווייל איך לכאורה פארשטיי נישט קיין אידיש אדער ענגליש.יי די סעודה ווען זי ריפט זיך אן צי מיין ברידער "מושי, פרעג יענקי אויב ער דארף.....) און איך זיץ דאך צוויי אינטשעס אוועק.....
אפשר דארף מען עס צולייגן צי די אידישע תאוות
גיי צי א נערביי שול, מאך נישט דעם זאל פאר בהמ"דדאס איז דאך די זאך פון דף היומי, אז דו מוזט "יעדן טאג" לערנען דעם דף, אפגעזען די אומשטענדן... טא וואס זאל א מענטש טון ווען ער האט א חתונה?
איך האב גערעדט מער פון די מענטשליכקייט חלק,ווען מען קומט צו א חתונה, איז דא א קיום מצוה בפועל פון כמה גוטס,
ואהבת לרעך, והלכת בדרכיו, גמילות חסדים, משמח חתן וכלה, איז יעדע שעה א קיום מצוה, איז דענסטמאל נישט די צייט פון לימוד תורה, פשוט, העוסק במצוה פטור מן המצוה, לערנען אין אזא פלאץ איז סתם א שאו אפף , ללמוד וללמד ,"לשמור ולעשות".
אמתדיג געבעטן?למען האמת ווייס איך פון עטליכע פעלער ווי דער מחותן האט עס געבעטן, עס הייסט אביסל א קילע זאך. To each his own.
עס איז אבער דא א מורא'דיגע פראבלעם, אסאך מענטשן וואלטן שוין לאנג אדורכגעבראכן די שוועגערין טיילונג ווען נישט די פראבלעם, די פראבלעם הייסט ערשטע נעמען...מען דארף עס פלעין איבערקומען, און מ'רעדט נישט דא פון שמועסן כאילו א חבר אין כולל. דזשאסט העלאו, גוט מארגן, קענסט מיר יענץ ארויפשיקן, טענקס פאר די אינוויטעשן וכו'.
ווען ס'קומט מיר אויס (געווענליך איז עס אין ארבעט) צו רעדן מיט א מאנראו/וויליאמסבורג פרוי, פרוביר איך רעדן אין ענגליש וואס דארט איז נישט דא קיין חילוק. ס'איז מיר נישט באקוועם צו זאגן "איר".און איין באשעפער ווייסט פארוואס ווען מרעדט צו א פרעמדע פרוי דארף מען זאגן "איר",
קען מיך איינער אין די וועלט מסביר זיין א פשט פארוואס מ'זאל נישט מעגן זאגן "דו" פאר א פרוי???
הייב אן רעדן!אוי אוי אוי...
איך בין ממש אין די סיטואציע...
איך ווייס נישט וואס צו טוהן!!
all i can say here is LOL#2 הייליגע אומ-מענטשען:
'ארויסווייזן ליבשאפט'
ס'נישט קלאר פון ווי די גזירת חכמים איז נולד געווארן אבער לכאו' שטייט עס ערגעץ אין חז"ל (אויף די 'נייע תורה' פארשטייט זיך...)
'תנו רבנן, משרבו המכשולות (u name it) עמדו וגזרו שלא להראות חיבה זה לזה, ותיקנו שלא יחבק אב לבנו, רבי לתלמידו, וכ"ש בין החברים..... '
חוץ פון ליבשאפט בכלליות וואס אונז האבן כמעט נישט זוכה געווען צי באקומען אינדערהיים, פון די שיריים פון היטלער'ס פעטש לכאורה, איז דא ממש א 'גדר ערוה' וואס איז אוועקגעשטעלט און אונזער 'פארפרומטע וועלט' אז מ'טאר ח"ו נישט ארויסווייזן פאר א חבר צי סיי ווער אז מ'האט איהם ליב..... (אזוי ווייט אז כ'האב גאר מורא צי פארשריגן ווערן אויף די שורות 'מאלעסטער')
הגם די אייבערשטער האט אזוי באשאפן די וועלט, אז עס איז דא א נאטורליכע תנועה ציווישן צוויי מענטשען וואס זענען באפריינדעט, וואס הייסט 'חיבוק' וואס אונזער תורה איז פיל מיט דעהם.... (אפשר טאקע ווייל זיי זענען געגאנגען אנע קאפלעך..... רח"ל) און אפי' אין די מעשה ביכער איז נאך געבליבן שיריים פון די וועלט ווי האלדזן א חבר איז געווען נארמאל, אבער זעהט אויס אז ציזאמען מיט די סטראבעריס איז דאס גע'אסר'ט געווארן.
כ'געדענק אלס קינד ווען מ'האט געזעהן א פלעי, און ס'איז געקומען די פארט פון 'טאטע-זוהן' טרעפן זיך האבן די קינדער זיך אנגעהויבן ארומריקן אומבאקוועם.... און ארויסגעמורמעלט 'חזיר....' עפעס אזוי....אמער א האג איז עפעס וואס נאר גוים טוען...... (כ'האף אז נאך די חתונה עכ"פ פילן זיי שוין נישט אזוי....)
און ס'נישט נאר געקומען אזוי 'פערצופאל' צוליב די חוסר ליבשאפט אינדערהיים ווי געשריבן, נאר מ'האט אפציעל געהאקט אויף דעהם אין ישיבה.... 'רח"ל ווי מ'קען זעהן ביי שמחות צוויי קילע אינגערלייט האלדזן זיך....' און אזוי אפגעלאכט.... 'אה! דאס זענען אמת'ע חברים ווייל זיי האגן זיך איך (מגי"ש) האב נישט קיין חברים, הא?!'
דערמאן איך זיך יעצט ווי מיין מגי"ש האט ארויסגעברענגט די 'שרעקליכע חורבן' פון טעקסט מעסעדשעס און די גולת הכותרת ווען מ'האט שוין ארויסגעזאגט פאר די בחורים זאכן וואס דארף נישט געזאגט ווערן..... (עטס קענטס דעי פארט ווי יעצט גייט די מגי"ש אראפנאגלען די איסור ווייל ס'דא מעשיות וואס מ'רעדט נישט....אין כ'גיי נאר זאגן איין.......יעצט פרעג מיך אפ) איז געווען אז 'בחורים עטס ווייסט בכלל וואס די ווארט LOL מיינט????!!!! עס מיינט lots of love!!!רח"ל!!!!! (ס'שאדט קיינמאל נישט צי הערן א נייע פשט...) ואי הכי איז דאך עס ממש א טריט אוועק פון 'שאול תחתית'....
עכ"פ מיין איך אז און אונזער הייליגע קאמיוניטי איז עס עפעס וואס דארף א תיקון.... הגם קיינער ווערט טאקע נישט געבאדערט אז מ'האגט איהם נישט און ווער ס'וויל איז שוין היינט העכסט נארמאל יא צי געבן א האג פאר א חבר, דאך איז עס עפעס וואס מ'דארף ארויסברענגען אלס 'אנשי קודש' אלס נאך א אומ-מענטשאפט וואס קומט לכאורה פון אונזער 'אומ-מענטשליכע קדושה'
עס איז דא א מקור אין תלמוד אז א נאהמען קען מעורר זיין הרהור , ווי ער זאגט אויף רחב אז זי איז געוועהן א אויסער געוועהנליכע יפיפיה - כל האומר רחב רחב נקרי-עס איז אבער דא א מורא'דיגע פראבלעם, אסאך מענטשן וואלטן שוין לאנג אדורכגעבראכן די שוועגערין טיילונג ווען נישט די פראבלעם, די פראבלעם הייסט ערשטע נעמען...
לאמיר זאגן אזויווי די זאגסט, די גרינגסטע וועג צו אנהייבן רעדן מיט שוועגערינ'ס איז מיט סימפל 'שיק מיר ארויף' זאצן. וכו'.
אבער ביי אונזער פארשטינקענע סיסטעם האט מען אויסגעלערנט אז רופן לעידיס ביי די ערשטע נאמען איז גלייך ווי ביאה שלא כדרכה, זאל איך מיר אנרופן ביים שבת טיש גיטי שיק ארויף די סאדע? וועט מען מיך אנקוקן ווי א בועל אשת איש, זאל איך איר רופן ביים לעצטן נאמען? זאל איך איר רופן באשעפעניש שיק ארויף די קענדיס? אפשר גאר ציצקענען ביז יעדער ווערט שטיל, דו זאך דארטן וואס דו ביסט, שיק ארויף די חלה?
מען קען כמעט קיינמאל נישט קאמיוניקירן נאטורליך מיטן איגנארירן אזא בעיסיק הומאניטארישע זאך ווי אן 'נאמען'..
באלד גייט מיר איינער קומען זאגן אז ער ווערט טאקע אויפגערייצט פון ערשטע נעמען, אוודאי אזוי, ווייל מ'האט דיר אזוי שטארק אפגעטיילט פון פרויען אז די קלענסטע אינטעראקציע מאכט דיר תיכף סעקסי... חברה, לויט ווי אונזער עוועלוציע גאלאפירט יעצט וועט מען און אפאר דורות נישט מעגן זאגן די ווארט "זי" (און בחורים וועלן זיך אויסרייבן קוקנדיג אויף אן ליסטע פון פרויענ'ישע ערשטע נעמען)...