1. ביטע דעפיין "זיי". געדענק אז מען רעדט דא פון שו"ע, און אן א שיעור הייליגע ספרים.
2. פארוואס זאלן אזויפיל וואוילע, גוטע, געטרייע צדיקים, וואס האבן דאס העמד אוועקגעגעבן פאר א צווייטן, און געזוכט צו העלפן יעדן איד מיט אלעס וואס מעגליך, האבן א אינטערעסע צו מאכן פילן אנדערע אידן גילטי, אונטערטעניג און שוואנצן?
איך פרעג וויל איך וויל באמת פארשטיין.
קודם כל דארפסט פארשטיין אז אפילו אין די שרייבערס פון די הייליגע ספרים זענען געווען אלע מינע סארט מענטשן, אנדערע וואס טראכטן פון נישט ארויפלייגן איבעריגע זאכן אויף אנדערע, און אנדערע וואס זייער עיקר זאך איז צו זיך אליין פילן גוט און הייליג און מער חומרא איז הייליגער, און אנדערע וואס האבן אויך אן אדשענדע צו מאכן מענטשן פאלגן און זיין שוואנצן און האבן מער power צוליב דעם, און אויך אנדערע וואס שפירן די פליכט צו זיין באשעפערס פאליציי. וכו׳ וכו׳.
און די שו"ע למשל איז נישט די מקור פון דעם, ער שרייבט שוין נאך פון א צווייטער וואס האט זיך געפילט הייליג מיטן עס מאכן אסור, און צו הייסן אנדערע זיך אפשיידן פון דעם, לאמיר זאגן כדוגמת אזא מענטש ווי צבי מאיר זילבערבערג, און אנדערע האבן שוין שפעטער זיך פארקויפט אויף דעם און פארשטערקערט ווייל זיי זענען באשעפערס פאליציי, שפעטער קומט אזא מענטש ווי די בית יוסף, וואס מיינט עס שוין עכט ערנסט און מיינט אז דאס איז פון משה רבינו, וכו׳ בערך אזוי ארבעטן רוב זאכן.
אדער אמאל האט איינער געהאט א סתירה, און צו פארענטפערן האט ער מחדש געווען א נייע חומרא, רוב מאל נישט קיין קולא ווייל דאס דארף שוין מער גאטס, און אפילו ווען איינער איז איז מיקל כבראשונה און א צווייטער איז מחדש א נייע חומרא וועט מען נארמאל אננעמען די חומרא וועגן די זעלבע טעם, ווייל ס׳איז לייכטער צו מיקל זיּין.
אזוי ווערט מער און מער זאכן אסור, איינעם פאלט איין טייטס, א צווייטער די סמארטפאון, א דריטער דער שייטל, די פערטע רעדן מיט תפילין, צום סוף וועט אלעס זיין אסור.
אבער יעצט, דארפסט פארשטיין נאך א זאך, אז א רב אדער איינער מיט א הויכע פאזיציע אפילו גוטע מענטשן האבן א נגיעה צו מאכן מענטשן שטיין אין ליין און צו זיין נאכפאלגעדיגע, ווייל אז נישט וועט זיין chaos, און ממילא אפילו גוטע מענטשן קענען זאגן זאכן מתוך נגיעה ווייל די נגיעה מאכט זיי גלייבן אז דאס איז טאקע די ריכטיגע זאך, זיי סוף סוף מוזן זיכער מאכן אז די community שטייט פעסט..