- זיך איינגעשריבן
- יולי 12, 2024
- מעסעדזשעס
- 252
- רעאקציע ראטע
- 617
היינט איז געווען אין די נייעס, אז איינע פון די שרים אין א״י, ח״כ איתמר בן גביר, אינאיינעם מיט אנדערע שרים זענען ארויף אויף די הר הבית!
עס איז שטארק פארדאמט געווארן, סיי פון די רעכטע און סיי פון די לינקע
און די רעליגיעזע זענען אויך ארויסגעקומען גאר שארף, אז עס איז א הארבע איסור ארויפציגיין וכו'
והאמת, אז חוץ וואס ביי רובם ככולם פון חרדישע אידן איז עס אנגענומען אלץ אן איסור, איז אויך ביי די אנדערע קרייזן אזוי אנגענומען
די רבנות הראשית לישראל, האט עס גע'אסר'ט, אזוי אויך איז דא אן איסור פון מרן הגרא״י הכהן קוק ז״ל
פון די אנדערע זייט, קען מען יא טרעפן, פון אלע סארטן פון פרומע אידן, וואס גייען ארויף,
והשאלה, איז עס באמת אסור?
וואס איז די איסור?
און וואס זענען די צדדים מקיל צו זיין?
אויב איינער האט סיי וואספארא ידיעה אין די נושא, זאל ביטע מיטטיילן דא
ויה״ר אז בקרוב זאל מען שוין קענען ארויפגיין מקריב זיין קרבנות, לפני מלך מלכי המלאכים הקב״ה