איז טאקע אסור ארויפצוגיין אויפ'ן הר הבית?

דאס טאוול איז עובר אויפן איסור פון בל תוסיף (קריגט זיך מיט א קלארע משנה און בפירושע רמב"ם)
און איז אויך עובר אויף לפני עיוור לא תתן מכשול - ווייל מענטשן מיינען אז די רבנות מעג עובר זיין אויף בל תוסיף

ס'איז כאילו מען זאל ווען זאגן אסור לפי דין תורה לכל אדם להנשא לאשה מפאת קדושתה (איסור כרת נידה)
אנשטאט מען זאל שרייבן א ריכטיגע טאוול "מותר לאיש ישראל להיכנס לשטח הר הבית רק למקומות המותרים לטמאי מתים (מחנה לויה) אחרי טבילה במקוה ובנעלי עור, ורק לצורך מצוה (כיבוש, דרישת המקדש, תפלה וכדומה)" מאכט מען א חוכא וטלולא פון תורת משה
דאס איז געווען דער וועג וויאזוי הרב קוק זצ"ל האט געשריבן.
Kook66.jpg
 
דאס איז נישט, די עסקנים האבן אויף דעם אויך געלייגט א האנט און נישט געשריבן איעדעס ווארט כרצונו
הרב קוק זצ"ל האט געשריבן א לאנגע תשובה דערוועגן אין משפט כהן צ"ו ווי ער דערמאנט נישט דאס ווארט הר הבית אפילו איינמאל אויך נישט, ער רעדט נאר וועגן מקום המקדש (מחנה שכינה) וואס לגבי דעם זענען אלע מסכים אז טמאי מתים טארן דארט נישט אריינגיין.
 
נישט ממש אלע

שוין אין די רשאונים וואס זענען נישט מסכים
די ראב''ד און די מאירי
און אזוי איז די רדב''ז אויך מצרף להלכה
 
א שנעלע זוך אויף Google שפייט דעס אויס

הכניסה להר מותרת בימים א' עד ה', בתקופת שעון חורף בשעות 7:00–10:30 בבוקר ו־12:30–13:30 בצהריים. בתקופת שעון קיץ בשעות 7:00–11:00 בבוקר, ו־13:30 ל-14:30 בצהריים

ווי אויך דעי וועבזייטל האט אביסל אינפארמאציע
View: https://youtube.com/shorts/85DHDRwrKhw?feature=shared
 
Back
Top