איז טאקע אסור ארויפצוגיין אויפ'ן הר הבית?

חוץ די איסור פון טמאי מתים וואס איז נאר פון די עזרת ישראל אין ווייטער, איז דא א פראבלעם פון טמאות זיבה וואס איז גילטיג אויף די גאנצע הר הבית לויטן שדי חמד און אנדערע פוסקים.
 
ערלויער רב הי"ד האט אויך עוסק געווען אין דעם
עיין שו"ת התעוררות תשובה
 
ערלויער רב הי"ד האט אויך עוסק געווען אין דעם
עיין שו"ת התעוררות תשובה
אין די הגדש"פ 'אמרי קדוש' פון בעלזא-קלפהולץ אז דאס איז געווען בשנת תרצ"ד ווען דער התעוררות תשובה האט געוואלט אז מ'זאל מקריב זיין א קרבן פסח בירושלים עיה"ק און ער האט געבעטן ש"ב ר' אח"ד שרייבער-סופר זאל זעהן צו שתד'לן ביי די רעגירונג פאר אן ערלויבעניש.

למעשה האט ער געשיקט צו מהר"א מבעלזא אנפרעגן און דער בעלזא רב האט אים אנגעצייגט א תשובה אין ספר שו"ת 'יד דוד' פון ר' דוד פרי"מ פון קארלין לאיסור, און אזוי ארום אים באוואוגען אויפצוגעבן. לייגט הרב קלאפהולץ צו אז למעשה האט וועגן דעם דער בעלזא רב געוואלט וויילען אין תל-אביב כדי אז לויט די שיטות המחייבים זאל ער נישט זיין חייב מקריב צו זיין קיין קרבן פסח.
 
דער חתם סופר שטיצט שטארק דאס מקריב זיין דעם קרבן פסח בזה"ז
אבער נאר קרבן פסח און נישט קרבן תמיד און אוודאי נישט ארויגיין לטיול בעלמא ווייל סקען זיין א ספק איסור כריתות ווייל מיר פסקנען ווי דער הייליגער רמב"ם קדושה ראשונה קדשה לשעתה וקדשה לעתיד לבא.
 
די איסור פון הרב קוק זצ"ל אדער פון סיי ווער פון די פריערדיגע מיינט עכט גארנישט ווייל דאמאלטס האט מען נישט געוויסט די גבולים פון אמאל, ד"ה וואו פינקטלעך זאכן זענען געווען למשל די עזרה אדער אנדערע פלעצער וואו מ'האט טאקע נישט געטארט גיין אבער היינט צו טאגס נאכדעם וואס מ'האט געמאכט די ארכיאלאגישע גראבונגן ארום די הר הבית ווצב"ש די מערות הכותל, ווייסט מען פינקטלעך וואו זאכן שטייען. און די פלעצער וואו מ'מעג יא אדער נישט צוגיין אלעס איז אנגעצייכענט און מיט א טובל אין א מקוה פארדעם אזוי ווי @קהל׳ס נער זאגט איז אלעס פיין
וואס האט מען האט מען ערפונדען ביי די ארכיאלאגישע גראבונג? דאס פונקליכע פלאץ וואו די עזרת ישראל ענדיגט זיך? ביז וואו די היכל איז געווען און לענג און אין די ברייט? וויאזוי האט מען דאס אויסגעפונען - וואס זענען די סימנים? זענען די הנחת ריכטיגע?

ס'דא א גרויסע מחלוקה צווישן רא"ש און רמב"ם וואו אויף די הר הבית די בית המקדש איז געשטאנען.
 
חוץ די איסור פון טמאי מתים וואס איז נאר פון די עזרת ישראל אין ווייטער, איז דא א פראבלעם פון טמאות זיבה וואס איז גילטיג אויף די גאנצע הר הבית לויטן שדי חמד און אנדערע פוסקים.
מען איז נישט חייש צו טומאת זיבה, כמבואר לעיל, און עס זענען דא וואס זענען טאקע מחמיר צו אלע שיטות און טובל'ען זיך אין א קוואל נאך א געהעריגע חפיפה.
 
וואס האט מען האט מען ערפונדען ביי די ארכיאלאגישע גראבונג? דאס פונקליכע פלאץ וואו די עזרת ישראל ענדיגט זיך? ביז וואו די היכל איז געווען און לענג און אין די ברייט? וויאזוי האט מען דאס אויסגעפונען - וואס זענען די סימנים? זענען די הנחת ריכטיגע?

ס'דא א גרויסע מחלוקה צווישן רא"ש און רמב"ם וואו אויף די הר הבית די בית המקדש איז געשטאנען.
עס זענען דא אסאך חשבונות, אבער איינמאל מען ווייסט די גדרים פון איינער פון די פלעצער, קען מען דורך דעם אויסרעכענען די גאנצע ביהמ"ק, היות די שיעורים זענען ארויסגעשריבן אין משנה,
עס איז דא עטליכע ספרים אויף דעם וואס איך געדענק יעצט איז "עיר הקודש והמקדש" פון ר' יחיאל מיכל טוקוצינסקי ז"ל, און "בית המקדש השני" (א חלק פון א סעט איבער די ביהמ"ק).
 
כ'האב נאכנישט דורכגעליינט די דעת תורא פון דער איד און די יתד נאמן, אבער דאס איז וואס דער פסוק זאגט בנוגע ארויפגיין און זיך ביקן אויפן בארג במקום השכינה
כי אם אל המקום אשר יבחר ה' אלהיכם מכל שבטיכם לשום את שמו שם לשכנו תדרשו ובאת שמה:
דער ספורנו זאגט אויפ די פסוק, אל אותו המקום הנבחר תדרשו "להשתחוות" ולהקריב..

 אין הכי נמי אז עס איז דא הלכה'דיגע שאלות און טעכנישע פראבלעמען מיט די שולטים הזרים אויפן בארג. אבער דאס זיצן און זאגן שלום עלי נפשי, און זיין צופרידן פונעם יעצטיגן מצב בגשם וברוח, איז א דירעקטע תוצאה פון המשכת הגלות און א קאלטקייט אין התגלות כבוד שמים עלינו.
 
עס זענען דא אסאך חשבונות, אבער איינמאל מען ווייסט די גדרים פון איינער פון די פלעצער, קען מען דורך דעם אויסרעכענען די גאנצע ביהמ"ק, היות די שיעורים זענען ארויסגעשריבן אין משנה,
עס איז דא עטליכע ספרים אויף דעם וואס איך געדענק יעצט איז "עיר הקודש והמקדש" פון ר' יחיאל מיכל טוקוצינסקי ז"ל, און "בית המקדש השני" (א חלק פון א סעט איבער די ביהמ"ק).
1) חשבונות = זענען כמעט אלעמאל השערות, מיט השערות קען מען נישט מתיר זיין אן איסור כרת ווי מ'זעט ביי איסור כרת פון פסח,
2) אפילו מ'ווייסט יא לויט ווי ס'איז משמע אין די משנה ווייסן מיר נישט היינט די חשבונת פון טפחים און אמות ווי גרויס זיין זענען און ביי א ספק דאורייתא גייט מען אלעמאל לחומרא.
3) דער הייליגער רדב"ז האט מיט בערך 500 יאר צוריק געמאכט א חשבון און אויך אויסגעמאסטן דעם מקום המקדש און לויט געוויסע היינטיגע דענקער און קענער האט במחילת כבודו געמאכט א טעות. אויב אזוי קען קומען איינער אין עטליכע יאר פון יעצט און אויפווייזן אז די יעצטיגע חשבונות און השערות זענען אויך טעותים, ממילא דארף מען מחמיר זיין בכל אופן.
 
מען איז נישט חייש צו טומאת זיבה, כמבואר לעיל, און עס זענען דא וואס זענען טאקע מחמיר צו אלע שיטות און טובל'ען זיך אין א קוואל נאך א געהעריגע חפיפה.
דער שדי חמד האלט אז מ'דארף יא חייש זיין. איך האב געהערט אז מהרמ"מ מליבאוויטש האט אויך חושש געווען אויף דעם שדי חמד.

דער שדי חמד שרייבט אז אויב האט מען א דין זב דאן קען מען נישט ארויפגיין ווייל מאיז מחוסר כיפורים.
 
1) חשבונות = זענען כמעט אלעמאל השערות, מיט השערות קען מען נישט מתיר זיין אן איסור כרת ווי מ'זעט ביי איסור כרת פון פסח,
2) אפילו מ'ווייסט יא לויט ווי ס'איז משמע אין די משנה ווייסן מיר נישט היינט די חשבונת פון טפחים און אמות ווי גרויס זיין זענען און ביי א ספק דאורייתא גייט מען אלעמאל לחומרא.
3) דער הייליגער רדב"ז האט מיט בערך 500 יאר צוריק געמאכט א חשבון און אויך אויסגעמאסטן דעם מקום המקדש און לויט געוויסע היינטיגע דענקער און קענער האט במחילת כבודו געמאכט א טעות. אויב אזוי קען קומען איינער אין עטליכע יאר פון יעצט און אויפווייזן אז די יעצטיגע חשבונות און השערות זענען אויך טעותים, ממילא דארף מען מחמיר זיין בכל אופן.
1) אין לדיין אלא מה שעיניו רואות, מען דארף אויסרעכענען לויט וויאזוי אונז זען,
2) אפי' אויב מען גייט לחומרא איז דא גענוג מקום צו מקריב זיין די קרבן, דאס איז חוץ וואס טעכניש קען מען מכריע זיין לויט די געפינסן די שיעורי תורה
3) דער רדב"ז האט נישט אויסגערעכנט די גאנצע מקום המקדש, ער שרייבט אז מען קען נישט וויסן געהעריג ווייל די גוים האבן אפגעקראצט א חלק פונעם בארג,
 
דער שדי חמד האלט אז מ'דארף יא חייש זיין. איך האב געהערט אז מהרמ"מ מליבאוויטש האט אויך חושש געווען אויף דעם שדי חמד.

דער שדי חמד שרייבט אז אויב האט מען א דין זב דאן קען מען נישט ארויפגיין ווייל מאיז מחוסר כיפורים.
רוב פוסקים נעמען עס נישט אן, אזוי ווי מען זעט ביי די מח' בזמנה איבער קרבנות בזמן הזה האבן אפי' די אוסרים נישט חייש געווען דערויף.
 
רוב פוסקים נעמען עס נישט אן, אזוי ווי מען זעט ביי די מח' בזמנה איבער קרבנות בזמן הזה האבן אפי' די אוסרים נישט חייש געווען דערויף.
ספק דאורייתא און כש"כ ספק כרת גייט מען לחומרא בפרט ווען ס'איז נישט דא קיין מצוה אדער א חיוב.
 
ספק דאורייתא און כש"כ ספק כרת גייט מען לחומרא בפרט ווען ס'איז נישט דא קיין מצוה אדער א חיוב.
געווענטליך נעמט נישט אן שיטה יחידאה אפי' ביי א דאורייתא
 
נישט קיין שיטה יחידאה, ס'דא א גאנצע ליסטע וואס האט אזוי געהאלטן.
ווי איך האב פריער געשריבן האבן רוב פוסקים במשך הדורות עד לדורינו נישט חייש געווען צו דעם, און זיכער נישט אז מען זאל הייסן א מחוסר כיפורים,
אויב א יחיד וויל מחמיר זיין קען ער מחמיר זיין און ארויסגיין פסח פון ירושלים.
 
און מיטן ארויסגיין פון ארץ ישראל דארף מען נאר טון מצוות לזכר (איך ווייס אז נישט באמת הלכה למעשה)
מיין פוינט, אויב האסטו פשוט מורא פון כרת איז ארויסגיין פון ירושלים אפשר א עצה. אויב אבער כרת איז נאר א מעזשערמענט אויף די דרגת פון מצוות, איז עס די זעלבע
 
Back
Top