איז טאקע אסור ארויפצוגיין אויפ'ן הר הבית?

איך הער
 
איך קען א תמימות׳דיגע סאטמאר אינגערמאן וואס האט אפגעמאכט אז ער הייבט אן פון אנפאנג, ער האט אויסגעמעקט אלעס וואס מהאט אים אויסגעלערנט אלע יארן און זיך געזעצט לערנען פון בראשית, ער האט שוין געלערנט גאנץ חומש און ער האלט יעצט אינמיטן משניות, דער אינגערמאן גייט געהעריג אויפ׳ן הר הבית ווייל וואס ער האט געלערנט ביז יעצט זעהט ער נישט אז ס׳זאל זיין א איסור ארויפצוגיין.

(אויב זעהסטו איין טאג אין וויליאמסבורג ווי עס לויפט ארום בהמות צוגעבינדן און אויף די וויידל ברענט א פייער מיינט עס אז די אינגערמאן האט שוין אנגעהויבן לערנען תנ״ך און ער האלט אינמיטן ספר שופטים.)
 
(אויב זעהסטו איין טאג אין וויליאמסבורג ווי עס לויפט ארום בהמות צוגעבינדן און אויף די וויידל ברענט א פייער מיינט עס אז די אינגערמאן האט שוין אנגעהויבן לערנען תנ״ך און ער האלט אינמיטן ספר שופטים.)
דאכט זיך מיר אז כ'האב שוין אמאל געזעהן א בהמה ארום לויפן אין וומב"ג. אפשר מער ווי איינס...
 
בד"ץ הדעה החרדית מיט שארפע אזהרה איבער איסור ארויפצוגיין אויפן הר הבית בעפאר ביאת הגואל

דאנערשטאג פ' ואתחנן • י"א אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

f50a57_c974152c0e6947918ecdaa204fe46eb0~mv2.jpeg

א שארפן ווארענונג אונטערן קעפל "אזהרת התורה", איז ערשינען בחוצות ירושלים דורך די שרי התורה חברי בית דין צדק העדה החרדית ובראשם מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות איבערן איסור חמור ארויפצוגיין אויף דעם הר הבית בעפאר ביאת הגואל, דאס קומט אלס רעאקציע צו די שוידערליכע "פסק הלכה בשם המדינה" פונעם מיניסטער פון די מזרחי פארטייען, בן גביר, אז מ'מעג כביכול ארויף גיין צום הר הבית, קעגן דעת תורתינו הקדושה, אויף דוואס דער פוסק הדור שליט"א, האט שוין פאריגע וואך געלאזט הערן א קול מחאה.

אינעם מכתב אזהרה שרייבן די שרי התורה: "מאד חרד לבנו על ההתגרות הנוראה ע"י אישים בעלי דעות לאומיות - בהם פוחזים מאנשי השלטון - המשתמשים בהר הבית מקום מקדשנו שיבנה במהרה בימינו כקרדום לחפור בו לעורר חמת הגוים, חוטאים ומחטיאים את הרבים לעבור על איסורי כרת ח"ו, ומעמידים בסכנה איומה את כלל ישראל בכל מקומות מושבותם רח"ל".

זיי ברענגען אויך ארויס אז דער דאזיגער איסור איז שוין גילטיג פון לאנגע יארן צוריק, ווי עס איז שוין נפסק געווארן דורך די גדולי ישראל בשנת תשכ"ז, אבער היינט ליידער 'מה מאד חרד לבנו כי תמורת אשר בעבר היה הדבר מנת חלקם של שולי הציבור הלאומי, כהיום הזה עולים להר הבית בהשפעתם של הגורמים המסיתים גם כאלו אשר בלבושם דומים לחרדים וגורמים חילול ה' נורא ואיום לעיני העמים".

בהמשך דברם ציטירן זיי די ווערטער פונעם ירושלימער רב הגאון האדיר רבי יוסף חיים זונענפעלד בשנת תרפ"ט איבער די הארבע איסור אויף יעדער איש ישראל צו אריינטרעטן אויפן שטח הר הבית, און שטעלן קלאר די קול מחאה "חובתינו לפרסם קול מחאה אדירה נגד אלה אשר לא כד"ת מסיתים לעלות להר הבית ונגד העולים אל ההר בהיותינו טמאים לנפש אדם, ולהכריז כי לאיש יהודי שומר תורה ומצוות אסור לעלות להר הבית טרם ביאת הגואל ע"י גואלינו בעת נדחי ישראל יכנס בעגלא ובזמן קריב".
Screenshot 2024-08-16 110554.png
 
אפי רב טענדלער וואס מיט איהם האט זיך אנגעפאנגען די גאנצע ארויפגיין מעשה מיט יאהרען צוריק האט אויך געזאגט אז מען מעג נאר גיין אןיף געוויסע פלעצער און נישט סתם ארויף גיין און גיין ווי מען וויל.

אבער די מאהל איז צוגעקומען נאך א איסור... פון אבן משכית. מען האט זיך דארטען געבוקט בפישוט ידיים ורגלים. אסאך מענטשען ווייסען נישט אז ביי די ימים נוראים ווען מען פאלט כורעים און מען לייגט אראפ די בעג'ס אדער האנטעכער איז דאס נישט אז די הויזען זאלען נישט שמוציג ווערען, נאר וועגען די איסור פון אבן משכית. מען טאהר זיך נישט בוקען אויף די שטיינער אדער האלץ אן אונטער לייגען עפעס. און איעדער האלט אזוי
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20240825_052243_Chrome.jpg
    Screenshot_20240825_052243_Chrome.jpg
    339.2 KB · געזען: 27
אפי רב טענדלער וואס מיט איהם האט זיך אנגעפאנגען די גאנצע ארויפגיין מעשה מיט יאהרען צוריק האט אויך געזאגט אז מען מעג נאר גיין אןיף געוויסע פלעצער און נישט סתם ארויף גיין און גיין ווי מען וויל.

אבער די מאהל איז צוגעקומען נאך א איסור... פון אבן משכית. מען האט זיך דארטען געבוקט בפישוט ידיים ורגלים. אסאך מענטשען ווייסען נישט אז ביי די ימים נוראים ווען מען פאלט כורעים און מען לייגט אראפ די בעג'ס אדער האנטעכער איז דאס נישט אז די הויזען זאלען נישט שמוציג ווערען, נאר וועגען די איסור פון אבן משכית. מען טאהר זיך נישט בוקען אויף די שטיינער אדער האלץ אן אונטער לייגען עפעס. און איעדער האלט אזוי
חוץ במקום המקדש, וואס נישט נאר מען מעג נאר עס איז א מצווה (פשטות דאורייתא)
 
נישט בזמן הזה.
בעיסד אויף וואס זאגסטו דאס? אויב איז דא א איסור אריינצוגיין בטומאה און חילול מקדש פארוואס נישט מצוות מורא מקדש?
דו האסט א מקור אז עס זאל זיין אנדערש היינט?
 
אפי רב טענדלער וואס מיט איהם האט זיך אנגעפאנגען די גאנצע ארויפגיין מעשה מיט יאהרען צוריק האט אויך געזאגט אז מען מעג נאר גיין אןיף געוויסע פלעצער און נישט סתם ארויף גיין און גיין ווי מען וויל.

אבער די מאהל איז צוגעקומען נאך א איסור... פון אבן משכית. מען האט זיך דארטען געבוקט בפישוט ידיים ורגלים. אסאך מענטשען ווייסען נישט אז ביי די ימים נוראים ווען מען פאלט כורעים און מען לייגט אראפ די בעג'ס אדער האנטעכער איז דאס נישט אז די הויזען זאלען נישט שמוציג ווערען, נאר וועגען די איסור פון אבן משכית. מען טאהר זיך נישט בוקען אויף די שטיינער אדער האלץ אן אונטער לייגען עפעס. און איעדער האלט אזוי
די פולמוס איבער ארויפגיין אויפן הר הבית איז עלטער פון רב טנדלר,
אין ביהמ"ד וואס איז דא א געהעריגע פלאר האלט נישט יעדער אז עס גייט אן די איסור, אבער מען איז מחמיר ביי א דאו'
 
איך קען א תמימות׳דיגע סאטמאר אינגערמאן וואס האט אפגעמאכט אז ער הייבט אן פון אנפאנג, ער האט אויסגעמעקט אלעס וואס מהאט אים אויסגעלערנט אלע יארן און זיך געזעצט לערנען פון בראשית, ער האט שוין געלערנט גאנץ חומש און ער האלט יעצט אינמיטן משניות, דער אינגערמאן גייט געהעריג אויפ׳ן הר הבית ווייל וואס ער האט געלערנט ביז יעצט זעהט ער נישט אז ס׳זאל זיין א איסור ארויפצוגיין.

(אויב זעהסטו איין טאג אין וויליאמסבורג ווי עס לויפט ארום בהמות צוגעבינדן און אויף די וויידל ברענט א פייער מיינט עס אז די אינגערמאן האט שוין אנגעהויבן לערנען תנ״ך און ער האלט אינמיטן ספר שופטים.)
איך קען אידן וואס האבן דורכגעלערנט ש"ס ופוסקים מיט א תמימות און גייען געהעריג ארויף אויפן הר הבית ווייל וואס זיי האבן געלערנט ביז יעצט זעהן זיי נישט אז עס זאל זיין אן איסור ארויפצוגיין...
 
גערעכט, די טענה פון זב, איז לכאורה נישט קיין טענה,

אבער אויף די מקום המקדש, פון ווי ווייסטו פונקטליך ווי ס'איז געווען?

(ס'איז דא נאך א טענה, ווייס איך נישט ווי שטארק, אז מ'וועט מתיר זיין ארויפגיין, וועלן זיכער זיין וואס וועלן גיין אהן א מקוה, אדער גיין אין פלעצער ווי מ'מעג נישט, ווי אויף די מקום המקדש, וכו'
נאר די טענה, איז אויב עפעס, פארוואס מ'איז נישט אפציעל מתיר, אבער לפי זה א יחיד וואס איז מקפיד מעג
עכ״פ, אויף די טענה קען מען ברענגן א געוואלד מיט קשיות ודו''ק)
אין פאקט גייען אויך ארויף יעצט חילונים און סתם ע"ה וואס זענען נישט נזהר אין מקוה, די וואס טוהן און עלי' להר זענען טאקע כסדר מזהיר דערויף.
עס איז א מצוה צו שטעלן פארדעם שומרים וואס זאלן מזהיר זיין אויף קדושת המקום, איינער פון די גאוני ירושלים (איך געדענק נישט יעצט די נאמען) האט אסאך געטוהן אין דעם, אין עס פלעגט יארן זיין א סיין דארט וועגן דעם.
 
לויט ווי איך געדענק, איז עס אפען יעדן טאג א געוויסע זמן

(ס'איז דא שיינע קונטרסים, מיט אלע הלכות וואס מ'דארף וויסן ווען מ'גייט ארויף,
ע״פ דין דארף מען גיין אין א כשר'ע מקווה, מ'דארף פארדעם מאכן א ריכטיגע חפיפה, און מ'מאכט א ברכה אויף די מקווה,
די מקווה מיז נישט זיין דווקא יענע טאג, אבער מ'דארף זיכער מאכן נישט צו ווערן טמא, פון א טומאה היוצא מגוף, (תשמיש המיטה, מאכט סיי די מאן טמא, און סיי די פרוי, א מאן קען גלייך גיין אין מקוה, און זיין ריין, אבער א פרוי דארף ווארטן כאטש דריי טעג, פארשטייט זיך אז א פרוי טאר נישט זיין קיין נידה, און דארף זיין ריין מיט א טבילה, מיידלעך איז די מנהג אז זיי גייען בכלל נישט אין מקוה, קענען נישט ארויפגיין (ס'איז זענען דא וואס גייען יא ערב יו״כ, קענען זיי גיין ווילאנג זיי זענען ריין) ומפני אז פאר פרויען איז סאך שווערער אזוי ווי געשריבן, זענען אסאך מונע די פרויען פון בכלל
ארויפגיין)
עס זענען דא מיידלעך וואס גייען אין מקוה אין גייען ארויף אויפן הר הבית, אבער ווילאנג די מקואות זענען אונטער די רבנות מאכן זיי פראבלעמען פאר מיידלעך.
 
ווען איז די הר הבית אפן פאר אידן? אייביג אדער נאר אין ספעציעלע צייטן? מען קען גיין שטילערהייט אדער יעדע ריר ווערט פאטאגראפירט און ארומגעשיקט? איך וויל ארויפגיין אבער איך וויל נישט אז מען זאל וויסן דערפון.
די אראבישע וואקף ימ"ש שיקן אפטמאל ארויס בילדער פון אידן אויפן בארג, קענסט זיך פארשטעלן פאר אן אראבער.
 
הגר"ד קוק מטבריה
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 00.jpg
    00.jpg
    90 KB · געזען: 21
הותרה בציבור בזמן שביהמ״ק היה קיים
פון וואו נעמט איר דאס, ס'וואלט מיר זייער אינטרעסאנט צו וויסן, אז ס'איז בזמן שביהמ״ק היה קיים.

ס'ווען א א איד א ת"ח אין אונגארן וואס האט געהייסן רבי צבי הירש קאלישער ז"ל וואס האט געוואלט מחדש זיין דאס מקריב זיין קרבנות בזמן הזה. אויב איז עס הותרה בציבור בזמן נאר בזמן שביהמ״ק היה קיים וואס איז געווען זיין היתר?
 
געמאכט את ספר דרישת ציון
דרישת ציון – ויקיפדיה
 
Back
Top