בעלזא מחלוקות

איך ווייס נישט וועגן @חיים למוות , אבער ביי די בעלזאים איז דאס לעצטנס א שטארקע טאקינג פוינט, אים צו פארגעטערן און מאכן א בעל רוח הקודש ממש און הימלדיג ווי דער רב זכרונו לברכה אליין.
עס איז מיר אינטערעסאנט דיין אבזערוואציע.

איך ווייס נישט וואס אנדערע מענטשן טראכטן אבער מיר דוכט זיך אז די הויפט סיבה פארוואס בעלזע חסידים גלייבן אזוי (און לויט ווי דו זאגסט איז עס מער א לעצטיגע זאך) איז וויבאלד דער רב זעלבסט גלייבט אזוי...!
 
דער חת״ם סופר אליינס שרייבט אזוי אין די תשובה
לגבי הקרבת קרבן פסח , אז אפילו אז לויט די הלכה קען מען מקריב זיין א קרבן פסח בזמנינו- ער איז מסדר- אלע פראבלעמען פון טומאה,בגדי כהונה, מקום המזבח ,יחוסי כהונה,, פיערט ער אויס אז עס וועט קיינמאהל נישט זיין אין פראקטיק,ווייל די בני ישמעאל וועלן נישט מסכים זיין און א פשיטא אז מען וועט ווארטען ביז ביאת המשיח ומלאה הארץ דעה.
די נקודה איז געווען אז דיין לאנגע תורא פארוואס מ'גייט נישט מקריב זיין א קרבן פסח עד ימות המשיח איז נישט נוגע ווייל ווי @עמרם האט געשריבן
העמיר זעהן אויב די מדינה וועט לאזן מקריב זיין א קרבן פסח, ווי די סאטמארע וועלן שרייען אז ס'איז אן איסור כרת, אפי' די חתם סופר האלט אז מ'מעג...
איז די שאלה נאר אויב נישט ווען
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
הרב שך איז נישט 'ארויס קעגן בעלזא', נאר זיך אויפגעשטאנן לכבודו של המנחת יצחק. פון דעם ביז 'ארויס קעגן בעלזא' איז נאך דא א גאנצע גאנג.
און דאס גופא אז הרב פיינשטיין האט זיך נישט געמישט, איז די ראיה. אסאך האבן זיך נישט געמישט, ביז די בעלזער סומאטוכע. ווייל די טעראריסטן האבן געארבעט טאג און נאכט אויף דעם.

און יעדער האט דעמאלס געוואוסט אז דער טייטעלבוים פון די אקשענס האט אנגעפירט דער מחלוקת, און דעמאלס איז ער געווען אמאכטפולע גביר. געשטארבן איז ער חוזק מכאן ומכאן, אבער דעמאלס האבן זיי שטארק געסטראשעט און פארדרייט א קאפ מיט זיין כח האגרוף.

מיין נישט, דער מימרא 'ווען זיי האבן געגעסן געשטאפטע גענץ' איז אויך א פערדישע, וואס פאסט פאר א מארמעראשע סאטמארער פויער ווי דער טייטעלבוים. נישט אנדערש פון 'אפן ביז דא'. אבער בזיון פון דער חתם סופר איז עס בכלל נישט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
עס איז מיר אינטערעסאנט דיין אבזערוואציע.

איך ווייס נישט וואס אנדערע מענטשן טראכטן אבער מיר דוכט זיך אז די הויפט סיבה פארוואס בעלזע חסידים גלייבן אזוי (און לויט ווי דו זאגסט איז עס מער א לעצטיגע זאך) איז וויבאלד דער רב זעלבסט גלייבט אזוי...!
ס'איז פשוט אז ס'איז נאר שייך ביי די אינגע דור וואס געדענקען נישט ווי דער פוסטאק האט געלאכט על ה' ועל תורתו. מאכנדיג און טוישנדיג נוסחאות, מנהגים און הלכות ככל העולה על רוחו. די אלטע גווארדיע האט אים פשוט געבעקט אלס כבוד בית בעלז, און האבן אינטערנאלי שווער געקענט אפקויפן די קרעפ אז ער איז בעצם א קדוש.
 
און די וועקער ע"ה איז געווען א ארטיקל איבער אים און די בעלזא פארהייליגן פון ר' אהרן עיי"ש ותמצא נחת...
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ס'איז פשוט אז ס'איז נאר שייך ביי די אינגע דור וואס געדענקען נישט ווי דער פוסטאק האט געלאכט על ה' ועל תורתו. מאכנדיג און טוישנדיג נוסחאות, מנהגים און הלכות ככל העולה על רוחו. די אלטע גווארדיע האט אים פשוט געבעקט אלס כבוד בית בעלז, און האבן אינטערנאלי שווער געקענט אפקויפן די קרעפ אז ער איז בעצם א קדוש.
ה' ומשיחו פארשטיי איך. וואס האט עס מיט טוישן נוסחאות?

איך געדענק נישט ווי ער זאל רעדן על ה', און אויך נישט על משיחו. אדרבא, ווען ער איז געווען אין אמעריקא האט ער געהאט א שיינעם שמועס מיט משיח, וועגן די אויסלייג פון זיין נאמן ישכר ועוד.
 
מיינסט ווען דער משיח האט אים געשטעלט אין פלאץ איבער אפטייטשן דעם דרך הבעש"ט?...

גראדע האב איך נישט געזאגט משיחו. דזשאסט סעיאינג...
 
אז דער רב איז א בעל רוח הקודש איז א אנגענומענע פאקט ביי רובא דרובא בעלזע'ר, יונג און אלט. מען רעדט כסדר פון מופתים פון רב וכו' ס'איז מובן מאליו
 
מיינסט ווען דער משיח האט אים געשטעלט אין פלאץ איבער אפטייטשן דעם דרך הבעש"ט?...

גראדע האב איך נישט געזאגט משיחו. דזשאסט סעיאינג...
וואס מיינט ער האט אים געלייגט אין פלאץ בענין אפטייטשן דעם דרך הבעשט? ער האט אים גראדע געלייגט אין פלאץ אבער איך זעה נישט ווי ער האט אים געלייגט אין פלאץ לגבי דעם דרך הבעשט. אגב, איך האב געהערט פון גאנץ א גוטען מקור אד פריוואט איז ער גאנץ א קנאפער חסיד געווען פון דעם משיח.
 
אז דער רב איז א בעל רוח הקודש איז א אנגענומענע פאקט ביי רובא דרובא בעלזע'ר, יונג און אלט. מען רעדט כסדר פון מופתים פון רב וכו' ס'איז מובן מאליו
דאס איז א נייער זאך טאקע, אבער אין סאטמאר דערציילט מען מופתים פון דער דברי יואל אויך. איך זעי נישט קיין חילוק.

און לעצטענס האב איך גאר געהערט א מופת פון דער בריסקער רב, נישט מער און נישט ווייניגער. דער כח הדמיון איז נישט געשטארבן.
 
ס'איז פשוט אז ס'איז נאר שייך ביי די אינגע דור וואס געדענקען נישט ווי דער פוסטאק האט געלאכט על ה' ועל תורתו. מאכנדיג און טוישנדיג נוסחאות, מנהגים און הלכות ככל העולה על רוחו. די אלטע גווארדיע האט אים פשוט געבעקט אלס כבוד בית בעלז, און האבן אינטערנאלי שווער געקענט אפקויפן די קרעפ אז ער איז בעצם א קדוש.
(פאר די רעקארד, זינט איך בין דער וואס האט איניטיעיטעד די 'רוח הקודש' שמועס דא, וויל איך קלאר מאכן אז אפילו אויב מען זאל אננעמען אז ס'איז דא א מציאות פון ידיעת נסתרות ביי געוויסע מענטשן - אדער מענטשן אין געוויסע סעטטינגס - האט עס לענ"ד גארנישט מיט נישט צו טוהן מיט 'צדקות' לויט דער רעליגיע אדער א צווייטער, סך הכל רעדט מען - אויב עפעס - פון עפעס א קוואנטום ענטענגלמענט וואס מיר האבן נאכנישט מצליח געווען צו - אדרעסירן און - אויפקניפן.
און יא לעצם הענין קען איך נאר מיטשאקלען מיט די קאפ און זאגן אז די רב איז א געזונטע אויבער חכם... איך קלער אז היינט צו טאג וואלט עס שוין מן הסתם געקענט באשטיין אראפצוקריכען פון די 'על ידי' בוים אבער ער טרעפט נישט די לייטער... כאטשיג האט מען אנגעהויבן צו דרוקן די 'סדור תפלה עבודת (איבריגע ו' פרעג מיר נישט פארוואס) השם' אין רינדיכיגע אותיות לעצטנס!!!)
 
אז דער רב איז א בעל רוח הקודש איז א אנגענומענע פאקט ביי רובא דרובא בעלזע'ר, יונג און אלט. מען רעדט כסדר פון מופתים פון רב וכו' ס'איז מובן מאליו
און וואס איז דיין פערזענליכע אפיניאן?
(לענ"ד אויב קען מען מסביר זיין די ענין פון ידיעת נסתרות באיזשהו אופן האט מען שוין נישט קיין סיבה צו גלייבן אין 'פועל'ן מופתים', נעמליך מ'קען אננעמען אז די צוזאגעריי אז ס'וועט זיין גוט קומט פון וויסן אז ס'וועט אזוי זיין פון זיך אליין)
 
לעצט רעדאגירט:

Highly skeptical
 
ס'איז פשוט אז ס'איז נאר שייך ביי די אינגע דור וואס געדענקען נישט ווי דער פוסטאק האט געלאכט על ה' ועל תורתו. מאכנדיג און טוישנדיג נוסחאות, מנהגים און הלכות ככל העולה על רוחו. די אלטע גווארדיע האט אים פשוט געבעקט אלס כבוד בית בעלז, און האבן אינטערנאלי שווער געקענט אפקויפן די קרעפ אז ער איז בעצם א קדוש.
עס איז נהוג ביי יעדע חסידות אז ווען עס קומט א נייער מנהיג זוכט ער עפעס א חידוש וואס וועט האבן זיין חותם.
אונז האבן געהערט אז לדוגמא דער סאטמאר רבי פון קרית יואל האט מחדש געוועהן הדלקה אין ל״ג בעומר,
מן הסתם האט דער פון וויליאמסבורג אויך עפעס מחדש געווען,
און אזוי איז איבעראל,
אין וויזניץ איז דאך באקאנט אז ער האט געבויעט א ניי גרויס שוהל מיט א גרויס עקספענס
דער אנדערער האט מחדש געוועהן י"ב שבט
האט דער פון בעלז געטון אין נוסח תפלה.
 
אין בעלז זאגט מען ביי נקדישך "ככתוב על ידי נביאיך", מיסודו של מרן שליט"א (על פי איזה סידור רב עמרם וכדומה)
לפי השמועה האט ער גיהאט א דקדוק ווייל ביי סוף קדושה זאגט מען על ידי דוד צדקך זאל מען זאגען פון אהנפאנג אויך על ידי נביאך
עס איז א מילתא בטעמא
 
לפי השמועה האט ער גיהאט א דקדוק ווייל ביי סוף קדושה זאגט מען על ידי דוד צדקך זאל מען זאגען פון אהנפאנג אויך על ידי נביאך
עס איז א מילתא בטעמא
מען קען מחלק זיין ווען מען זאגט -ככתוב- שרייבט מיט איין האנט דארף מען זאגן על יד
ווען מען זאגט -האמור- פאסט זיך על ידי
וקל להבין
 
Back
Top