בעלזא מחלוקות

לאמיר עס צונעמען. אין ירושלים איז געווען א בית דין וואס האט געדארפט פארטרעטן אלע קהילות פון ירושלים. יעצט יעדעם וועמען זיי פארטרעטן דארף דארט האבן א רעפריזענטאט, און אזוי איז בעצם ביז היינט, אז יעדעם וועמען זיי פארטרעטן האט דארט א מענטש. בעלזא האט פארלאנגט פונקט ווי א צווייטען צו האבן דארט א representation. האט מען נישט געלאזט ווייל זיי גייען צו בחירות, די עדה האט געוואלט האבן ביידע עקן שטריק. פון איין זייט האלטן בעלזא אונטער זיי, אבער מצד שני זאלן זיי נישט האבן קיין שום ווארט דארט. דאס איז אן עוולה גדולה. האט בעלזא געזאגט האב מיר און זיי מיר און איך מאך אליינס, נישט מער ווי נארמאל. אין כאן לא הירוס ולא חוצפה אבל יש כאן צדק וישרות.
No taxation without representation
 
על פי פשטות, (איך וואלט געבעטן הרב @דאקטאר-ראבינער זאל באשטעטיגן) האט די גאנצע מערכה פשוט אויסגעפעלט פאר די נייע סאטמארע רעביסטווע. כידוע איז די נייע בענקל געווען רופף עד שבא הפרשה הבעלזאי און היפש באפעסטיגט דעם בענקל. דאכט זיך אפילו אז עס איז שוין געווען א הסכם בעלזא מיט די עדה אבער סאטמאר האט עס נישט צוגעלאזט.
עס קען זיין א טענה , אבער גור האט געהאט דעם דרך ארץ , און בעלזא האט נישט .
 
נישט דאס מיינט צובראכן די קהילה?
די קהילה אין ירושלים האט געהאט א המשך פון די אמרי בינה וואס ער האט פיגורירט אלץ דער רב פון די אשכנזים, נאך זיין פטירה איז נישט געוועהן קיין אפיציעלע רב , נאר רבי שמואל סלנט איז געוועהן אומאפיציעל דער רב, און ווען רבי יהושע ליב דיסקין איז אהנגעקומען האבען זיי געשערט דעם כבוד, עס האט זיך געמאכט רייבערייען ווייל ביי הרב דיסקין האבען זיך מער געטראפען די שארפע קנאים די פלאץ,אבער רבי שמואל סלנט האט אלץ זיך צוגעשטעלט צום סוף, למען השלום והכבוד ,נאך די פטירה פון הרב דיסקין, און רבי שמואל איז געווארען עלטער האט ער מציע געוועהן אז מען זאל ממנה זיין א רב אפיציעל,האט מען ממנה געוועהן דעם גאון אדר״ת ,ער האט נישט מאריך ימים געוועהן און נאך אוועק בחייו פון רבי שמואל, איז נולד געווארען אז מען זאל ממנה זיין די איידעם פון אדר״ת הרב קוק,ער איז געוועהן דענסטמאהל רב אין יפו - פונדעם האט זיך אנטוויקעלט תל אביב , איז גראד געווארען א ספליט אז די קנאים האבען איהם נישט געוואלט, ביני לביני האט אויס געבראכען די ערשטע וועלט מלחמה און הרב קוק איז געוועהן סטאק אין אייראפע פאר צעהן יאהר ,איז די רבנות נדחה געווארען צייטווייליג, נאך צעהן יאהר ווען ער איז צוריק אהנגעקומען קיין ארץ ישראל איז די התנגדות קעגען די רבנות פון הרב קוק שוין געוועהן באפעסטיגט,און ער וואלט עס וועהן נישט געקריגען, נאר זיינע שטיצער האבען געהאט קאונעקשענס מיט די ציונים און מיט די כח פון מאנדאט די ענגלישע עמפייער,האבען זיי איהם געגעבען דאס רבנות ,
זענען אוודאי די מתנגדים זיינע געוועהן ענטייטעלט זיך אפצוטיילען און אויפנעמען א רב , וואס איז מער לרוחם ולרצונם ,האט זיך געגרינדעט די עדה חרדית , און דאס איז געוועהן פון תרפ״ד די אפיציעלע רבנות אין ירושלים און ישוב הישן ,ווואס איז געוועהן א פראכט פאר כבוד בית ישראל בכל העולם, עד שבא הרבי מבעלזא און ער האט דעסיידעד אז כבוד בית בעלזא איז וויכטיגער, ענד די רעסט איז היסטוריה,
 
על פי פשטות, (איך וואלט געבעטן הרב @דאקטאר-ראבינער זאל באשטעטיגן) האט די גאנצע מערכה פשוט אויסגעפעלט פאר די נייע סאטמארע רעביסטווע. כידוע איז די נייע בענקל געווען רופף עד שבא הפרשה הבעלזאי און היפש באפעסטיגט דעם בענקל. דאכט זיך אפילו אז עס איז שוין געווען א הסכם בעלזא מיט די עדה אבער סאטמאר האט עס נישט צוגעלאזט.
טאקע נאך נישט געהערט פונדעם אז עס איז געוועהן א הסכם, און סאטמאר האט געשטערט , הדבר צריך ביאור
איז דען סאטמאר באלעבאס צושטערן א הסכם? , די עדה חרדית איז אינדעפענדענט , די סאטמאר פאליטיקער האבען פארארבערט מען זאל ממנה זיין ריח״ם פרידמן פאר רב , און זיי האבען גענומען הרב טוביה ווייס ווי זיי האבען געוואלט, איז שווער צו גלייבען אז זיי האבען מבטל געוועהן א הסכם , עס איז מער מסתבר אז דער הסכם איז נאר געוועהן א הצעה,און עס איז בטל געווארען ווייל מען האט זיך נישט אויס געגראהט עס איז נישט געקומען לכלל הסכם.
 
עס קען זיין א טענה , אבער גור האט געהאט דעם דרך ארץ , און בעלזא האט נישט .
גור האט נישט געדארפט קיינעם דארט ווייל די עדה האט זיך נישט דערוואגט צו טשעפען גור הן מחמת זייערע רבי׳ס און הן מחמת זייער כח, משא״כ בעלזא.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
טאקע נאך נישט געהערט פונדעם אז עס איז געוועהן א הסכם, און סאטמאר האט געשטערט , הדבר צריך ביאור
איז דען סאטמאר באלעבאס צושטערן א הסכם? , די עדה חרדית איז אינדעפענדענט , די סאטמאר פאליטיקער האבען פארארבערט מען זאל ממנה זיין ריח״ם פרידמן פאר רב , און זיי האבען גענומען הרב טוביה ווייס ווי זיי האבען געוואלט, איז שווער צו גלייבען אז זיי האבען מבטל געוועהן א הסכם , עס איז מער מסתבר אז דער הסכם איז נאר געוועהן א הצעה,און עס איז בטל געווארען ווייל מען האט זיך נישט אויס געגראהט עס איז נישט געקומען לכלל הסכם.
כא כא כא. די עדה איז אינדעפענדענט…. און טאקע פון די פרשה דעם התמנות פון ר׳ טוביה זעהט מען ווי אינדעפענדענט זיי זענען.
 
כא כא כא. די עדה איז אינדעפענדענט…. און טאקע פון די פרשה דעם התמנות פון ר׳ טוביה זעהט מען ווי אינדעפענדענט זיי זענען.
ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות
מען זאגט כא כא כא און שוין ,אפשר ביסטו מבאר וואס דו זאגסט אז מען זעהט פון די התמנות פון רבי טוביה א חוסר אין די אינדעפענדענס פון סאטמאר ,
כפי ידיעתי האט סאטמאר איבער געדרייט וועלטן לטובת זייער דיין און עס זענען שוין געוועהן טובים ביי איהם אין שטוב צוזאגען מיט לעקיך און בראנפען -די מזל טוב און לחיים פאר זיין התמנות, און די וועד הפועל פון די עדה האט זיך אריינגעפיפען אין זיי און ממנה געוועהן רבי טוביה אואט אף די לעפט פיעלד.די ירושמיל׳ס זענען עומדים על דעת עצמם .
 
פארשטייסט טאקע נישט וואס איז דארט געשען?
סאטמאר איז נישט איין זאך, עס איז צוטיילט אויף שטיקער. איין פראקציע האט געוואלט ריח"מ, און די אנדערע האט נישט געוואלט.
דאס מאל האט אהרן מיט זיין מענטשן געוואנן, און שפעטער האט מען נוקם געווען, ווען ר' י"ט האט זיך קיין סאך נישט געקימערט מיט זיי.
 
עס קען זיין ווי דו זאגסט, עס איז געוועהן קאנפליקטינג
פרעזשור פון די צוויי פראקציעס , פון ריח״ם און די צד שכנגד,דאס איז דער מציאות אז עס איז אלץ דא מענטשען פונדרויסען וואס לייגען א דרוק , למעשה האבען זיי זיך גענומען א כתוב השלישי
רבי טוביה וואס האט נישט געהאט די שטיצע פון איינעם
פון די פארטיס זיי זענען געוועהן אינדעפענדענט און רבי טוביה איז געוועהן אינדעפענדענט , שפעטער האט ער נוטה געוועהן צו די מתנגדים פון רבי אהרן לכאורה וועגען די השפעה פון די פרוי׳ס קינדער,אבער עס קען זיין ער האט פשוט נישט געגליכען די פערסאנעליטי פון רבי אהרן,וואס איז א ביט אואווער ביערינג און עס ברענגט איהם שונאים אזוי איז ער מימי נעוריו .
 
'קהלת' העדה חרדית איז פסול, נישט נאר ווייל הורתו ולידתו במחלוקת, נאר ווייל עס פארטרעט נישט קיינעם. אנשי ירושלים האבן נישט קיין שום וועג אריין צו רעדן דארט, די איינציגסטע מיט א ווארט זענן אומערוועלטע פרנסים וואס ווערן באצאלט פון אמריקה.
די רבנות איז געגרינדעט געווארן דורך די מוסדות החסד והחינוך דירושלים, וואס וויבאלד די קהלה האט זיך פארלאזט אויף זיי, קען מען בדוחק זאגן אז זיי זענן דארט רעפרעזענטירט. אבער אין די עדה חרדית האט מען גארנישט, אחוץ די פאר רביס וואס האבן גענוג חסידים אז די בעליבתים דארטן האבן מורא פון זיי. און די מורא האט זיך אנגעהויבן צוליעב דער בעלזער טריט פון ארויס גייען.
(אגב, איך פארשטיי נישט וואס האט אויסגעפעלט פאר דער בעלזער צו גרינדן אן אייגענם קהלה, פארוואס האט ער זיך נישט געקענט צושטעלן צו די רבנות? הכי גרועים הם פון די נעאלאגן אין מונקאטש?)
 
Back
Top