נישט דאס מיינט צובראכן די קהילה?
די קהילה אין ירושלים האט געהאט א המשך פון די אמרי בינה וואס ער האט פיגורירט אלץ דער רב פון די אשכנזים, נאך זיין פטירה איז נישט געוועהן קיין אפיציעלע רב , נאר רבי שמואל סלנט איז געוועהן אומאפיציעל דער רב, און ווען רבי יהושע ליב דיסקין איז אהנגעקומען האבען זיי געשערט דעם כבוד, עס האט זיך געמאכט רייבערייען ווייל ביי הרב דיסקין האבען זיך מער געטראפען די שארפע קנאים די פלאץ,אבער רבי שמואל סלנט האט אלץ זיך צוגעשטעלט צום סוף, למען השלום והכבוד ,נאך די פטירה פון הרב דיסקין, און רבי שמואל איז געווארען עלטער האט ער מציע געוועהן אז מען זאל ממנה זיין א רב אפיציעל,האט מען ממנה געוועהן דעם גאון אדר״ת ,ער האט נישט מאריך ימים געוועהן און נאך אוועק בחייו פון רבי שמואל, איז נולד געווארען אז מען זאל ממנה זיין די איידעם פון אדר״ת הרב קוק,ער איז געוועהן דענסטמאהל רב אין יפו - פונדעם האט זיך אנטוויקעלט תל אביב , איז גראד געווארען א ספליט אז די קנאים האבען איהם נישט געוואלט, ביני לביני האט אויס געבראכען די ערשטע וועלט מלחמה און הרב קוק איז געוועהן סטאק אין אייראפע פאר צעהן יאהר ,איז די רבנות נדחה געווארען צייטווייליג, נאך צעהן יאהר ווען ער איז צוריק אהנגעקומען קיין ארץ ישראל איז די התנגדות קעגען די רבנות פון הרב קוק שוין געוועהן באפעסטיגט,און ער וואלט עס וועהן נישט געקריגען, נאר זיינע שטיצער האבען געהאט קאונעקשענס מיט די ציונים און מיט די כח פון מאנדאט די ענגלישע עמפייער,האבען זיי איהם געגעבען דאס רבנות ,
זענען אוודאי די מתנגדים זיינע געוועהן ענטייטעלט זיך אפצוטיילען און אויפנעמען א רב , וואס איז מער לרוחם ולרצונם ,האט זיך געגרינדעט די עדה חרדית , און דאס איז געוועהן פון תרפ״ד די אפיציעלע רבנות אין ירושלים און ישוב הישן ,ווואס איז געוועהן א פראכט פאר כבוד בית ישראל בכל העולם, עד שבא הרבי מבעלזא און ער האט דעסיידעד אז כבוד בית בעלזא איז וויכטיגער, ענד די רעסט איז היסטוריה,