'קהלת' העדה חרדית איז פסול, נישט נאר ווייל הורתו ולידתו במחלוקת, נאר ווייל עס פארטרעט נישט קיינעם. אנשי ירושלים האבן נישט קיין שום וועג אריין צו רעדן דארט, די איינציגסטע מיט א ווארט זענן אומערוועלטע פרנסים וואס ווערן באצאלט פון אמריקה.
די רבנות איז געגרינדעט געווארן דורך די מוסדות החסד והחינוך דירושלים, וואס וויבאלד די קהלה האט זיך פארלאזט אויף זיי, קען מען בדוחק זאגן אז זיי זענן דארט רעפרעזענטירט. אבער אין די עדה חרדית האט מען גארנישט, אחוץ די פאר רביס וואס האבן גענוג חסידים אז די בעליבתים דארטן האבן מורא פון זיי. און די מורא האט זיך אנגעהויבן צוליעב דער בעלזער טריט פון ארויס גייען.
(אגב, איך פארשטיי נישט וואס האט אויסגעפעלט פאר דער בעלזער צו גרינדן אן אייגענם קהלה, פארוואס האט ער זיך נישט געקענט צושטעלן צו די רבנות? הכי גרועים הם פון די נעאלאגן אין מונקאטש?)