וואס איז געוועהן די מעשה מיט רבי משה טובי׳ גרינצווייג? ער איז געוועהן מיין נאנטע קרוב, ער האט אבער קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן, דאס ווייס איך יא, בעלזא האט אים ליידער אפאר מאהל געטאַרגעט, מ׳האט אים געוואלט הארגענען, איינמאל האבן זיי אים איבערגעפארן מיט א קאר, זיין רעבעצין האט דעמאלטס געזאגט פאר מיין מאמע אז מ׳האט איר טעראריזירט טאג און נאכט מיט אלע מיני רדיפות שבעולם אז סאיז געוועהן שרעקליך, אלעס וועגן מאכאניווקא? עפעס א קליינע חסידות?
איך בין פערצופאל געוועהן ביי רבי משה טובי’ א טאג פאר ער איז אוועק, איך בין פונקט געוועהן אין ארץ ישראל, איך בין אים געגאנגען באזוכן, כהאב אים געוואלט דעמאלטס פרעגן אפאר זאכן וועגן בעלזא אבער ער האט שוין נישט אויסעקוקט גוט.
ער איז געוועהן א מוראדיגע גוטע און א געלונגע מענטש, ער האט א גאנץ לעבן געטוהן חסד און עסקנות פאר אנדערע מענטשען.
וועגן די רב אליינס, איז דא אסאך זאכן וואס איך האלט זייער שטארק פון אים, און אסאך זאכן פארשטיי איך נישט פונקטליך, למשל דאס אז ער איז זייער מקרב אלע אטד״ס פון בעלזא, אויב ס׳איז טאקע אמת קומט זיך אים מוראדיג אסאך קרעדיט, כמותו ירבו בישראל.
ער איז געוועהן זייער נאנט מיט זיין זיידע די הייליגע אמרי חיים און ער איז זייער נאנט מיט רבי מנחם אליעזר מאזעס, די געוועזענער גבאי און חבר הכנסת וואס האט פארטרעט וויזניץ און אגודה.
דערנאך פארשטיי איך נישט די דעפרעסיע, ער איז אייביג עפעס זייער דיפרעסט, ער איז אלץ יונגערמאן געגאנגען יאהרן לאנג צו א גרויסע פסיכיאטער אין תל אביב..