Better Call Saul

א גוט יאר,

Better call saul איז לכאורה פון די שטערקסטע און מערסט בריליאנטע טעלעוויזשן סעריעס,

די שאוי איז פראדוסעד געווארן דורך דעם לעגענדארן פראדוסער Vince Gilligan.

בעצם איז דאס א פריקוועל פון די סעריע Breaking Bad, ווי עס טוט מייסטערהאפטיג אויפבויען און צאמפלעכטן די כאראקטארן און סטארי ליין פון פאר די צייטן פון ברעקינג בעד און פון נאך ברעיקינג בעד, אבער דאס קען אויך ווערן געוואטשט אן האבן געזעהן ברעקינג בעד.


די כאראקטער אין צענטער פון די סעריע איז Jimmy McGill א גאר קלוגע, אמביציעזע, ענערגישע און כאריזמאטישע לויער, מיט גאר קריאזע געניאלע איידיעס און שארטקאטס אנצוקומען צו זיינע צילן.
וויאזוי ער ווערט צוביסליך טרענספארמירט צו די Saul Goodman כאראקטער אלס קרוק שטארק אינוואלווד און שעידי און קרימינאלע אקטיוועטעטן.
זיינע שווערע רילעישנשיפ סטראגלס מיט זיין שותף און ברודער.

זיין שותף Kim Waxler א גאר בריליאנטע פראפעסיאנאלע לויער, זייער לעבן, רילעישנשיפ צאמארבעט.

זיין ברודער, Charles McGill א גאר קלוגע שארפע לויער, וואס האלט אז זיין ברודער טאר פאר קיין געלט מצליח זיין אלס לויער זייער רילעישנשיפ רוקן שטעכעריי.

Mike Ehrmantraut א ריטייערטע פאליציאנט א גאר דיסציפלינירטע אויסגערעכנטע און שטארקע פערזאן, וויאזוי ער ווערט צוביסליך אריינגעשלעפט און די דראג קארטעל.

די קאמפף צווישן קאנקירינדע דראג קארטעלן.

די סעריע איז פון די בעסטע דראמא שאויס עווער, די כאראקטארן די סטארי די עמאציעס די דראמא זענען דאר שטארק און דעטרלירט און אויפגעבויעט.

די ענדע פון די סעריע ווערט דורך טייל באטראכט אלס די קלוגסטע טיעפסטע ענדע פון א סעריע, אנדערע זענען גאר בייז אויף די ענדע, ריגטרדלעס לאזט דאס איבער א טיעפע רושם

שטארק רעקאמענדירט.

קומטס אריין מיט אייער מיינונג.
 
לעצט רעדאגירט:
דא האט איר איבער Breaking Bad

 
איך מיין אז עס קומט נישט צו צו ברעיקינג בעד. ס'האט נישט קיין וואלטער ווייט, חוץ ממש צום סוף אביסל.
 
ווינס גיליגען האט אנגעהויבן א נייע שאו לעצטנס אבער עס באדערט מיר אז עס איז פיקשען וואס רעדט נישט צו מיר
 
די שאו האט פעמאוסלי נישט געוואונען קיין איין אמי
און איך מוז זאגן אז כאטש איך גלייך אסאך חלקים דערפון
שטייט עס נאך אלץ טיף אין שאטן פון ברעיקנג בעד
(רעיטינגס האט עס גראדע געוואלדיגע, אייגנטליך אלע דריי א.ד. שאוס האבן, דער ווינס איז א גאון איינס אין דער וועלט)
 
פארוואס קומט נישט די שנירל ארויף ביי אקטיווע שנירלעך
 
פארוואס קומט נישט די שנירל ארויף ביי אקטיווע שנירלעך
מאך זיכער אז אלע פילטערס איז אנטשעקט, אין טשעק אויף "היט אפ אלס סטאנדארט"
1764192086617.webp
 
איז דאס אז פארגלייך צו סאוטס? (Suits)
אין טורמס פון שארפקייט, לייכטע קאמעדי וכו'?
 
איז דאס אז פארגלייך צו סאוטס? (Suits)
אין טורמס פון שארפקייט, לייכטע קאמעדי וכו'?
נע כרחוק מזרח ממעריב

ברעיקינג בעד און בעטער קאל סאול זענען נישט קיין קאמעדי

סאול קען יא האבן דא דארט קאמישע ליינס, אבער ס'איז נישט די סטייל פון סוטס בכלל
 
נע כרחוק מזרח ממעריב

ברעיקינג בעד און בעטער קאל סאול זענען נישט קיין קאמעדי

סאול קען יא האבן דא דארט קאמישע ליינס, אבער ס'איז נישט די סטייל פון סוטס בכלל
טענקס - אנפארשענעטלי, אראפ פון די ליסטע
 
די נייע שאו פלוריבוס וואס @איש יהודי רעדט דא, איז דאכט זיך פון דער זעלבער פראדוסער.

איך האב אסאך מער ליב פלוריבוס ווי ברעיקינג בעד, וואס כ'האב געסטאפט סוף ערשטע סיזען. וואס איז די בעטער קאל סאול? מער ענליך צו ברעיקינג בעד אדער פלוריבוס (פלוריבוס האלט נאך אינמיטן, אדער מער אנפאנג)
 
Back
Top