איך בין נישט מורא'דיג נתפעל פון די לעצטע פאר עפיסאדס..
איבער 7.
איך פארשטיי נישט פארוואס דער ערשטע קאפיטאן האט זיך איינגערעדט אז די דריי נעמען וואס ער פיקט גייען ווערן גלייך עלימינירט, ער וואלט שוין געמעגט וויסן ביי נאו אז ווילאנג מר ביעסט זאגט נישט ארויס קלאר וואס עס גייט געשען איז גארנישט זיכער.. איך האב זיך גלייך פארגעשטעלט אז ער הייסט אים נעמען זיינע ווייניגסטע פעיוואריט מענטשן גייט ער מסתמא מסדר זיין אז זיי זאלן בלייבן און ער נישט.. (הגם צום סוף האט ער זיי יא עלימינירט)
די זעלבע איז ווען ער האט געלייגט דעם אנאנימער מענטש צוזאמען מיט די צוויי וואס די קומענדיגע האט געוואלט עלימינירן, האב איך גלייך געטראכט עס איז לכאו' דעם קאפיטאנס נומער אליין..
די גאנצע עפיסאד איז א קלאסישע טיט פאר טאט (tit for tat), ווי עס ווערט מקוים די משנה 'על דאטפת אטפוך וסוף מטיפיך יטופון', יעדער רעכנט זיך אפ מיט די אנדערע..
עס ווערט זייער באורינג און אויסגעצויגן, ס'שיינט ווי דער עולם האט שוין געכאפט עס איז א בלויזע שפיל און עס איז אביסל ווייטיגער טראגעדיש און עמאציאנאל ווי די ערשטע פאר עפיסאדס, הגם דאס אנקומען אזוי ווייט אריין טראגט עפעס געוויכט מיט זיך אויך.. דארט ווי ער ציט אויס די ווידעא מיטן אנקומענדיגע באן פון אלע זייטן מאכט סתם נערוועז, אויך פאקוסט ער מער און לענגער אויף די קאמענטארן און שמוסערייען פון די באטייליגער, און א וועג איז עס אינטרעסאנטער און מער 'מאווי לייק', אבער צום זעלבן צייט שיינט עס אביסל מער סקריפטעד און ווייניגער ריעל.
ער לייגט אראפ אז די געים און דעם עפיסאד איז מער ברוטאל ווי סיי וואס בעפאר, אבער לדעתי קומט דערווייל גארנישט צו צו די עפיסאד (3) מיט די קיוביקעלס וואו יעדער גרופע פון דריי האט געדארפט מחליט זיין וועמען צו עלימינירן..