וואו זעהסטו א סתירה אין זיינע ווערטער? נישט נוגע פאר איר מיינט נישט אז ס'גייט איר נישט אן. נישט נוגע פאר איר מיינט אז ס'נישט אירע געשעפטן וואס ער טוט אינדרויסן, זיין פריוואטע רוחניות איז נישט אירע געשעפטן, און דאס אז ס'גייט איר יא אן אויף דעם ברויך זי גיין פאר העלפ און זיך לערנען עם צו אקצעפטירן, פונקט אזוי ווי מ'מוז זיך אויסלערנען צו אקצעפּטירן קינדער וואס זעען נישט אויס ווי די עלטערן ווילן. ס'שווער? יא! אבער דאס איז א חלק פון לעבן מיט א פארטנער
דו זאגסט אז ס'איז נישט אירע געשעפטן, אבער ס'גייט איר יא אן.
איז וואס איז? אויב ס'גייט איר אן, איז עס אירע געשעפטן. און אויב ס'איז נישט אירע געשעפטן – איז וואס גייט איר אן?
דו פרובירסט ארומצושפילן דעם לשון אז עס קען זיין עמעצנס סאך טיעפער אינערליכע ווייטאג וואס גייט זיי אן – אבער מדארף זיי נישט דערציילן דערוועגן ווייל ס'איז "נישט זייערע געשעפטן". דער פאקט אליינס, אז דו ווייסט אז ס'וועט זי באדערן אין הארץ אויב זי ווייסט דער אמת – ווייזט קלאר אז ס'איז נישט קיין קליינע זאך, און ס'איז יא איר ענין.
און אז דו זאגסט זי דארף גיין העלפן זיך אויסלערנען דיך אקצעפטירן – איז דאך דאס פונקט דער פונקט!
ווי קען זי זיך אויסלערנען אקצעפטירן, אויב זי ווייסט נישט דעם אמת?
וואס איז דאס? זי דארף גיין צו א קאוטש און רעדן איבער א מעשה וואס זי האט נישט קיין מושג אז ס'פאסירט?
דו זאגסט זי דארף זיין ווי די עלטערן וואס לערנען זיך אקצעפטירן קינדער. זייער גוט. אבער זיי ווייסן וואס די קינדער טוען. זיי האבן נישט קיין בליינד פערסעפשן און דערנאך זיצן אין טעראפי רעדנדיג וועגן א בלינדע איידלקייט.
און וואס איז טאקע די וויכטיגסטע זאך דא?
אז דיין גאנצע נקודה איז – אז ווייל זי איז נישט גרייט צו הערן, איז ער נישט שולדיג אז ער באהאלט.
דאס איז אזא טענה וואס איך האב שוין כמעט בארעכטיגט, אבער טוישט נישט די מציאות = פארראט.
א שטוב, א רילעשאנשיפ איז געבויט אויף אמת, נישט אויף partial access.
און אויב ס'איז טאקע ווי דו זאגסט, אז זי קען נישט אקצעפטירן – דאן קום ארויס פון קלאזעט, לייג אראפ די פאקטן, דיעל מיט דעים. אבער צו באהאלטן, און נאך זיך איידל מגין זיין אז "ס'נישט אירע געשעפטן..." – איז פארראט אין די פולסטע פארעם. הייסט: זי מיינט א שיינע ווארהייט, מיין מאן איז א... מיין מאן טוט כך וכך... און דו גיבסט איר א פאטש אין פנים.
לאמיר אפיר קראצן דעם דזשענעראל קאנטראקט וואס מ'ליינט פאר פאר'ן זיך קאמיטן און זעהן צו דאס איז איינע פון די זאכן וואס די פרוי האט פארלאנגט פון איר מאן, דאווענען דריי מאל א טאג? אדער וואטעווער, שטייט נישט דארט אזא זאך!
ווען מען האט חתונה, האט מען נישט געמאכט קיין ביזנעס קאנטראקט מיט א ליסטע פון פרטים. א מערידש איז א commitment – א התחייבות פון צוזאמען בויען א לעבן אויפן יסוד פון openness, respect און shared values.
דעיס דארף נישט זיין אויף א קאטראקט, אזוי ארבעט די וועלט
האסט עס געבולשיט אן זאגן פארוואס די האלסט אז ס'איז יא א סאליד קאמיטמענט... סא דעטס בולשיט...
איין מינוט, ווען דיין באנק האלט פארן צונעמען דיין הויז, און די "מוזט" נעמען א הלוואה, וועסטו זאגן אז איך האב נישט געהאט א טשויס סא איך בין נישט מחויב? - ניין העסטע שיינערהייט באצאלן.
דאס האב איך געמיינט, א קאמיטמענט איז א קאמיטמענט, נישט קיין חילוק וואס די סורקעמסטענסעס זענען
נישט גיין דאווענען (איך רעדט נישט פון ליגענט, וואס איז קלאר א נישט געזינטע זאך, איך רעדט דזשאסט פון נישט דאווענען) איז נישט קיין זאך וואס גייט מיר מאכן שלאפן ביים טאטען אויפן קאוטש, ס'גייט פלעין שווערער מאכן מיין שלום בית פאר נאו גוד ריסען, ס'פאר קיינעם נישט קיין טובה...
זייער שוין מסביר געווען דיין פוינט - באט עגעין, דאס טוישט נישט די פאקטן...
און דעיס וואס די זאגסט אז אויב מיין ווייב מיינט מיט אן ערנסקייט אז איך בון פון די סארט וואס דאווענט 3 מאל א טאג,
און אז איך טו עס נישט הייסט עס באשווינדעלט,
האסט עס זייער גוט געזאגט.. זי דארף דעי סארט! און איך בון פון דעי סארט...!
איך האב געדאווענט יעדען טאג פאר א לאנגע צייט..
דעיס וואס די לעצטע שטיק צייט דאווען איך נישט, מאכט עס מיר נאכנישט פאר א אנדערע סארט..
נאכמער.. וואס הייסט זי מיינט אז איך בון דעי סארט? בעיסט אן וואט?
כאפ מיך נישט אפן ווארט "סארט"
זי מיינט מיט אן ערענסקייט אז די גייסט שאקלען נענועים בשעתן זאגן די נשיא, און למעשה גייסטו טוהן עפעס אנדערש...
איך האב געמיינט איך וועל האבן דעי סארט מיט
- די גרויסע דדים,
- אן קיין איין פימפעל,
- און זי גייט באקן יעדע וואך קאקאש קעיק..
איך האב עס נישט באקומען... איז דעיס פארראט?
איך בין צומישט,
האסט האסט געמיינט אז די גייסט באקומען שיינע בעבלעך (בעיסעד אן וואט? זי האט דיר געזאגט ביים 10 מינוטיגע בעשוי?)
אבער צוויי טעג שפעטער האסטע געזעהן אז זי האט דאס נישט, איא?
משא"כ זי ווייסט נאך אלס נישט עד היום הזה אז ראדני טוילעט איז דיין דאווען שטיבל
מייסטע סאיז עפעס א שווינדל ביזנעס, איך האב געמיינט אז די גייט האבן רידעכיגע בובעס, און זי האט נישט, סא איך גייניש דאווענען!
וואס שטייט און די קאמיטמענט פון רילעשאנשיפ? ווי @דער גאלדענער אדלער פרעיגט עינדליך
ווי גענפערט ענליך אויבן....
באט סיריעסלי חברה, איך דארף ענק קאנווינסטן אז דעיס איז יסוד פאר א ריעל מערידש?
קאממאן....
עגעין.. פארוואס לייגסטו די צוויי זאכן אריין און די זעלבע שורה?
סמארטפאון האב איך געבראכן די טראסט פון גאט (לויט די רעבנים)
און טשיטען האב איך געבראכן די טראסט פון מיין ווייב?
איך רעד ווען דיין ווייב וויל נישט אז די זאלסט האבן א סמארטפאון.....
די חילוק איז נישט ווי גרויס אדער ווי קליין, די יסוד הדבר איז וואס דיינע אקטן האבן פאראורזאכט, געבראכן איינעמס טראסט אין דיר
נאכמער, מענטשן טוישן זיך ברבות הימים, היומען ביאינגס איוואלוון פאר וואטעווער ריזן. נישט יעדער איז א עייל שייף און א עייל נפיק.
אינעם קאנטראקט שטייט נישט צו מען מעג זיך טוישן צו נישט און אויך שטייט נישט וויפיל און וואס צו טוישן
מענטשן טוישן זיך, און מדארף זיך טוישן, דשאסט קיפ יור לייף פארטנער אין די לופ
לאז איר נישט מיט די אוטדעיטעד אינפא...
אין מיין האמבעלד אפיניאן, האט זיך דאס ווייבעלע גענומען איר חלק, און זי אפי' דעזערווט עס. ד.מ. אזוי, ווען דאס ווייבל זאל זיין אפן און הערן זיינע אנטשעואינגען און עס קאמיוניקירן מיט אן אויפריכטיגע הארץ און פארשטאנד קענען זיי קומען צו אן עמק השוה דאן אויב בריטשט ער איר טראסט ביסטו א בא בטענה. אבער כ''ז זי וויל נישט גארנישט הערן נאר ער זאל זיין וויאזוי זי וויל ער זאל זיין. בין איך מסופק צו עס איז א טראסט אישו. רעדער, אן החלטה צו האלטן די טעמפער נידעריג.
זאגסט א שטארקע נקודה
אבער לאמער דיר פרעגן, ווען די ביסט אין א ביזנעס, און דיין ביזעס פארטנער איז א אלדפעשאנעד זכר, נאך פון סענדז סטריט, און ער האלט נישט ביים טוישן גארנישט, ער וויל די ביזנעס זאלן ראנען אזוי ווי סאיז, ער וויל נישט הערן פון גארנישט.
און גיייסט הונטער זיין רוקן, און די שליסט א דיעל מיט נאכאיינעם, האסטו געבראכן די טראסט? יא
גערעכט מיט א גוטע אינישעטיוו צו האלטן די מצב אויף די רעדער, אבער די פאקטן זענען אז די מעשה וואס די האסט געטון איז ראנג, האסט געבראכן א קאמיטמעט/טראסט
פיין.. איך גיי קויפן פלעכטערס...
ווי האלסטע מיט די פלעכטערס?
אדער ביזטע שוין געלאפן צו קוגעלעך און ראבער בענד באליס?
מיין פיינעל פוינט:
ווען א מענטש באהאלט זאכן פון זיין ווייב - גרויס ווי קליין - איז עס א ברעכן דעם טראסט. טראסט איז נישט א דעטאל, טראסט איז דער פונדאמענט.
ווען מען נעמט ארויס די טראסט, בלייבט גארנישט איבער פון א רילעישנשיפ. דאס איז נישט קיין בין הזמנים דרשה, דאס איז פשוט לויט ווי מיר מענטשן ארבעטן.
יעדער מענטש האט שוואכקייטן, האט סטראגלס, האט שלעכטע טעג. אבער דער מינוט וואס דו טשוסט צו באהאלטן דעם אמת פון דיין לעבן פארטנער, האסטו אויפן פלאץ געמאכט אז דיין רילעישנשיפ ווערט עווענטשואלי א סטרוקטור פון אייער באקסעס, נישט קיין עכטע בנין.
און יא, איך פארשטיי אביסל די געפיל פאר די וואס טרעפן זיך אין אזא מצב.
וויפיל אינגערלייט זענען אריינגעפירט געווארן אין א חתונה אין א צייט ווען זיי האבן נאך נישט פארשטאנען וואס א קאמיטמענט מיינט? וויפיל זענען צוזאמען מיט א שותף וואס פארשטייט זיי נישט, אדער וויל זיי נישט פארשטיין? ווען די אשת חיל ווערט פארוואנדלט אין א אינערליכן שופט, פאליציאנט, אדער רב, דאן קען זיין אז דער מאן איז נישט אזוי איי איי, און וויל נישט באהאלטן - נישט ווייל ער וויל באהאלטן, נאר ווייל ער וויל נישט צעברעכן זיין שטוב.
אבער איך זאג: דווקא דער וואס שפירט אז ער קען נישט זיין אהנעסט, דארף כאפן דעם טיפן אמת. אז דאס נישט זיין אהנעסט - וועט מיט דער צייט צעברעכן דאס גאנצע געביידע. נישט היינט, נישט מארגן - אבער עס איז א צייט באמבע וואס ליגט אונטערן מאטראץ. אויב איז שוין שווער, זאל עס זיין שווער אויף אן אהנעסט וועג.
מיט לאוו
ברק