באהאלטן פון דער ווייב - איז דאס פארראט?

איך טריי צי כאפן וואס די עולם האלט דא...

ווען איך לייג נישט תפילין פאר א חודש דארף איך איינמעלדן די ווייב?
ווען איך זאג פאר די ווייב איך גיי דאווענען למעשה גיי איך גראד און אפיס איז עס אוממארארליש?

ס'צרות
ווען דיין ווייב זאגט דיר אז זי גייט אין מקווה, למעשה איז זי געגאנגען צו א פרענד און געוואטשט נעטפליקס.

עס קען זיין אז סגייט דיר נישט אן אויב זי גייט יא אדער נישט אין מקווה.

אבער סוואלט דיר אנגעגאנגען אז זי באהאלט עס פון דיר, א געוויסע געפיל פון פאראט און מיסטרוי.

יעצט שפיל עס אויס די פארקערטע וועג
 
💯
איך גלייב אז אָן trust קען נישט זיין קיין רילעישנשיפ

נישט אז איך האב טענות אויף די וואס באהאלטן פון זייער פּארטנער וואס זיי האבן מורא מגלה צו זיין,
ווייל ס׳אויך דא די חלק געצווינגענקייט פון וויאזוי מיר זענען אריינגעקומען אינ׳ם חתונה לעבן in the first place -
וואס איז קיינמאל נישט געווען אן עכטע choice (אפילו אויב דו וועסט טענה׳ן אז דיינע עלטערן האבן דיר יא ״געלאזט וועהלן״ איז עס אבער כטפה מן הים פון וואס אן עכטע ברירה איז, ווייל זיי האבן דיר בכלל נישט ערקלערט די pros & cons פון אזא ריזיגע לעבנס באשלוס!)
און דו האסט חתונה געהאט אן צו וויסן אין וואס דו לאזט זיך דא אריין
(ווער רעדט נאך: נישט האבן די ברירה צו ווארטן א פינף יאר כאטש ביז מ׳קען זיך גוט, און מ׳פארשטייט זיך איינע די אנדערע,
איידער מ׳ברענגט קינדער אויף דער וועלט)

כ׳האב נישט דורכגעליינט דעם שנירל, ממילא ווייס איך נישט אויב איינער האט שוין גערעדט דערפון, קלאר צו מאכן די פּוינט אז די גאנצע מצב איז אין א בחינה פון coerced

ס׳נישט אמת׳דיג ווי דו ברעכסט א קאמיטמענט- ווייל דו האסט עס קיינמאל נישט געמאכט פון דיין אייגענע בחירה…

So i think it’s important to know both: v

1. דו האסט אלע רעכטן צו טון וואס פאר דיר איז גוט און אפילו באהאלטן פון דיין פּארטנער וואס זי פארשטייט נישט, בפרט ווען דו דארפסט עס צו סערווייוון

2. אבער די פרייז פון פארראט איז טייערער ווי דו קענסט זיך פארשטעלן. זייער שווער to ever have a good relationship נאכדעם וואס א פארטנער פילט betrayed פון דעם וואס מ׳האט אונטער זייער ריקן זיי אינגאנצן אויסגעשווינדלט
 
לעצט רעדאגירט:
ווען דיין ווייב זאגט דיר אז זי גייט אין מקווה, למעשה איז זי געגאנגען צו א פרענד און געוואטשט נעטפליקס.

עס קען זיין אז סגייט דיר נישט אן אויב זי גייט יא אדער נישט אין מקווה.

אבער סוואלט דיר אנגעגאנגען אז זי באהאלט עס פון דיר, א געוויסע געפיל פון פאראט און מיסטרוי.

יעצט שפיל עס אויס די פארקערטע וועג
אין מיינע אויגן איז דאס בכלל נישט קיין פארגלייך...

אפילו אין מיין שוואכסטע מצב, וויל איך מיין ווייב זאל גיין אין מקוה, פוונקט אזוי ווי איך האב נישט סעקס מיט איר פאר 15 טעג ווען זי איז נישט ריין..

ס'איז א זאך וואס ס'איז אונז ביידע נוגע.

וואס איז עס אבער א פארגלייך צו א שוואכקייט אין אידישקייט ווי נישט דאווענען, פארוואס דארף איך איר אפדעיטן מיינע אפס און דאונס, אויף עפעס וואס איז נישט נוגע פאר איר?

צו גיין מער טיפער.. ס'איז נישט מיין עצם איידענטעטי דעיס אז איך דאווען נישט, ס'איז די זויער טייג וואס לאזט נישט, בעצם דאווען איך...
 
ס'איז א גרויסע נפקא מינא עפעס וואס איז איר נוגע, ווי נישט מקפיד זיין אויף בשר וחלב מיט די כלים, ווי צו עסן חזיר אין די עירפארט.

מקווה איז די ערשטע.
 
איך האב זיך געמוטשעט מיט די פראגע פאר א שיינע פאר יאר, אבער איך בין אביסל עלטער געווארן פון דעמאלטס און איך האב איינגעזען אז די פראגע איז בכלל נישט נוגע רעליגיע.

א מאן און פרוי זענען פונדאמענטאל אנדערש אין וויאזוי זיי פארשטייען די וועלט, ווען א פרוי רעדט פון ״די אמת״ מיינט זי בכלל נישט וואס א מאן מיינט. אויב א מאן וויל האבן א סוקסעספול מעריעדש מוז ער ליגן זאגן אויף פיל מער זאכן ווי רעליגע. א פרוי וועט נישט רעספעקטירן א מאן פארן זיין , נאר פונקט פארקערט. א מאן מוז האלטן פריוואטקייט פון די פרוי אין מערערע ענינים, און איינע פון די איז רעליגיע.

לגבי די פראקטישקייט פון די נושא, עס וואלט געווען בעסער אויב ער קען זיך אפגעוואוינען פון זאגן פאר די וויב פונקטליך ווי ער גייט, עס ברויך זיין פונקט פארקערט, ער ברויך וויסן ווי זי איז, און זי דארף נישט וויסן ווי ער איז נאר זיך פארלאזן אויף אים.
כוואלט מיך אפילו ערלויבט צו זאגן אויף דעים, WTF!! 😱😱
 
איך טריי צי כאפן וואס די עולם האלט דא...

ווען איך לייג נישט תפילין פאר א חודש דארף איך איינמעלדן די ווייב?
ווען איך זאג פאר די ווייב איך גיי דאווענען למעשה גיי איך גראד און אפיס איז עס אוממארארליש?

ס'צרות
דיין שאלה האט צוויי חלקים:

1. אויסדריקליכע ליגנט;
זאגן קלאר דו גייסט דאווענען ווען דו גייסט נישט, דעיס לוינט זיך געווענטליך קיינמאל נישט צו טון, ווייל אויב געפינט יענער אויס איז שווער צו פארגיטיגן אזא געפיל פון פארראט.
(א white lie איז אביסל אנדערש, ווען ס׳קומט צו האלטן שלום אין שטוב)

2. נישט מודה זיין דעם אמת, נישט אפגעבן דין וחשבון פאר די ווייב ווען דו לייגסט תפילין און ווען נישט, איז באמת פאר איר אייגענע טובה אויב זי איז נישט אפן גענוג צו באגרייפן דיין challenge

האסט אמאל געהערט די ווארט?
״ליגנט טאר מען נישט זאגן, אבער דעם אמת דארף מען נישט זאגן״
אין אנדערע ווערטער: אויב ביזטו א געטרייע מאן און די טשידסט נישט מיט אנדערע אונטער איר רוקן איז לפע״ד א שאד אנצולייגן אויף איר קאפ א פראבלעם וואס זי קען זיך נישט ספראווען מיט. פארוואס זאל זי טראגן דעם שווערן פעקל ווען ס׳וועט ממילא נישט בעסער מאכן איר מצב?

איך קוק דאס נישט אן ווי שווינדל, ווייל באמת ביזטו קיינעם נישט שילדיג קיין דין וחשבון וועגן תפילין און זאכן צווישן דיר און גאט.
 
איך טריי צי כאפן וואס די עולם האלט דא...

ווען איך לייג נישט תפילין פאר א חודש דארף איך איינמעלדן די ווייב?
ווען איך זאג פאר די ווייב איך גיי דאווענען למעשה גיי איך גראד און אפיס איז עס אוממארארליש?

ס'צרות
"אם בחוקותי תלכו" איתא במדרש, חישבתי דרכי ואשיבה רגלי אל עדותיך. אמר דוד, רבונו של עולם, בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני ולבית פלוני אני הולך, והיו רגלי מביאות אותי לבתי כנסיות ולבתי מדרשות, הדא הוא דכתיב "ואשיבה רגלי אל עדותיך".

די מדרש זאגט אז "מחשב ואומר" איין זאך, און אנקומען ערגעץ אנדערש.. איז א חלק פון די בית מדרש ריטואל.

אויב ס'איז א פראבלעם וואלט די מדרש עס נישט פארציילט, ווייל; "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה".

אבער אמאל מעגט איר אויך זאגען די גייסט אין גראסערי און גיין דאווענען. דאווענען אמאל אמאל איז א געשמאקע זאך.
 
לעצט רעדאגירט:
@פרנס החודש דאס איז אין מיינע אויגן א בדיעבד גדול וואס געשעהט ביי סיסטעם ביזנעס דיעל מערידש. אדער ביי מענטשן וואס עקסעפטן נישט זיך אליין, סאו זיי האבן אזוי מורא אז די ספאוס וועט געוואר ווערן און זיי אויך נישט עקסעפטן. אדער ווען זי איז א קלאפטע.

א געזונטע פרוי עקסעפט דעם מאן פאר לאוו, האנעסטי, קאמיוניקעישן, און סעיפטי.
ווען איך האב יעצט געדולד וואלטסטו מיט מיין פעדער (קיבארד) געכאפט אפאר פראסקעס. די 3 שורות וואס דו געבסט א לייג אראפ אן הנחה, איז א בלוטיגע שווערע נושא!

וויפיל קאפעלס זענען אריין אין זייער מערידזש, נישט פאר קיין ביזנעס דיעל, און האבן זיך געטראפן אין סיטואציעס וואס עס איז נישט מעגליך צו זיין האנעסט מיט די ספאוס משום איזה סיבה, אנלעס ער איז גרייט פאר די קאנצעקווענצן פון איבערלאזן אדער ווערן איבערגעלאזט ?

לאוו? פארוואס? (ווענדט זיך ביי וועם, און די מצב אויך),
האנעסטי? עס וועט איהם/איר בעקפייערן,
קאמיוניקעשאן? איך קען נישט ווייל........ (100'טער סיבות),
סעיפטי? אויב די ערשטע דריי (אדער אפי' איינע פון די דאזיגע) ווי אזוי קען זי זיך פילן סעיף?

דאס אלעס איז בכלל נישט געוואנדן צו די מערידזש איז א ביזנעס דיעל צו נישט. עס איז טאטעלי אן עקסעפטענס אישו אויף סיי וואס עס ווערט געווארפן אויף איינע פון זיי צו אקצעפטירן דעם צווייטנס Flaws, דאן קען מען אנהייבן דעבאטירן ווי אזוי עס צו טוהן.

יותר מה שכתבתי כתוב כאן, ואכמ"ל
 
כוואלט מיך אפילו ערלויבט צו זאגן אויף דעים, WTF!! 😱😱
העי העי, קוק אריין טיפער אין זיינע ווערטער עפעס זאגט ער דא דער @וואנדערער דא ליגט נישט נאר א מסכת, דא אין די פאר קורצע וועטער ליגט א גאנצער ש"ס. הלואי ווען איך האב די נערווען יעצט צו מרחיב בדיבור זיין זיין אין @וואנדערער'ס מהלך המחשבה אין די פאר קורצע שורות וואס וואלט געדארפט פארנעמען טייכן מיט טינט, און וועלדער מיט האלץ פאר פאפיר.
 
ווען דיין ווייב זאגט דיר אז זי גייט אין מקווה, למעשה איז זי געגאנגען צו א פרענד און געוואטשט נעטפליקס.

עס קען זיין אז ס'גייט דיר נישט אן אויב זי גייט יא אדער נישט אין מקווה.

אבער ס'וואלט דיר אנגעגאנגען אז זי באהאלט עס פון דיר, א געוויסע געפיל פון פארראט און מיסטרוי.

יעצט שפיל עס אויס די פארקערטע וועג.
נישט אזוי פשוט און גלאטיג ווי דו לייגסט עס אראפ.

(ב.ד.וו. וואס איז דא צו וואטשען אויף נעטפליקס Rather ווי צו גיין אין מקוה;))
 
אדרבה, עקספלעין

טראסט גייט ביידע וועגן
סנ'ישט קיין חילוק ווי קליין אדער גרויס
אין מיינע אויגן איז דאס בכלל נישט קיין פארגלייך...

אפילו און מיין שוואכסטע מצב, וויל איך מיין ווייב זאל גיין אין מקוה, פוונקט אזוי ווי איך האב נישט סעקס מיט איר פאר 15 טעג ווען זי איז נישט ריין..
ס'איז א זאך וואס ס'איז אינז ביידע נוגע.

וואס איז עס אבער א פארגלייך צו א שוואכקייט אין אידישקייט ווי נישט דאווענען, פארוואס דארף איך איר אפדעיטן מיינע אפס און דאונס, אויף עפעס וואס איז נישט נוגע פאר איר,

צו גיין מער טיפער.. ס'איז נישט מיין עצם איידענטעטי דעיס אז איך דאווען נישט, ס'איז די זויער טייג וואס לאזט נישט, בעצם דאווען איך...
@ברק הכחול וואס זאגסטו צו די עקספלענעישען פון איינער @איש מבקש?
 
איך מיין אז א שטארקע חלק פון די סיבה פארוואס אסאך מענער פילן זיך בארעכטיגט מיט אזא התנהגות איז, ווייל זיי שפירן באמת אז פון זייער זייט וואלטן זיי זייער שטארק געוואלט זיין פולי אפן אא"וו, נאר זיי פילן אז זיי קענען נישט (קען זיין עס איז נישט אמת, אבער דאס איז זייער געפיל),

ממילא פילן זיי, וואס זאל איך טון אז זי איז אזוי Narrow minded אדער אויסטערליש פרום וכדו'......
און איבערדעם קען איך נישט זיין אפן, דאס גיבט אזא געפיל פון בארעכטיגקייט, ווייל וואס דען זאל איך טון?

אדרבה, זיי זענען גאר פארווייטאגט אויף איר פאר'ן זיי נישט לאזן זיין זיך בסתר ובגלוי.
 
אנלעס ער איז גרייט פאר די קאנצעקווענצן פון איבערלאזן אדער ווערן איבערגעלאזט?
אויב אזוי לייגעך צו דעם וויכטיגן סעיף:

אפשר א גוטע מערידזש איז נאר אויב ס'איז דא א וועג ארויס. ווייל ביידע זענען באמת גרייט צוריק צו ווערן סינגל אויב דער אנדערער ווערט א קלאפטע און מ'קען מער נישט זיין זיך.
 
איך מיין אז א שטארקע חלק פון די סיבה פארוואס אסאך מענער פילן זיך בארעכטיגט מיט אזא התנהגות איז, ווייל זיי שפירן באמת אז פון זייער זייט וואלטן זיי זייער שטארק געוואלט זיין פולי אפן אא"וו, נאר זיי פילן אז זיי קענען נישט (קען זיין עס איז נישט אמת, אבער דאס איז זייער געפיל),

ממילא פילן זיי, וואס זאל איך טון אז זי איז אזוי Narrow minded אדער אויסטערליש פרום וכדו'......
און איבערדעם קען איך נישט זיין אפן, דאס גיבט אזא געפיל פון בארעכטיגקייט, ווייל וואס דען זאל איך טון?

אדרבה, זיי זענען גאר פארווייטאגט אויף איר פאר'ן זיי נישט לאזן זיין זיך בסתר ובגלוי.
א גרויס טייל פון זיי פארשטייען אפילו און האלטן קלאר ווי דאס וואס אסאך שרייבן דא איבער די וויכטיגקייט און ריכטיגקייט פון זיין אפען און אמת'דיג מיט א ווייב בכל מצב שהוא, און זיי ווילן און חלש'ן פארדעם,

און דאס אז זייי פילן אז זיי קענען נישט, (טייל פאר'ן פראבירן און טייל נאכ'ן פראבירן) צורייסט זיי נאר אסאך אסאך מער, ווייל זיי עגריען אינגאנצן, זיי פילן פשוט טשאוקט.......
 
העי העי, קוק אריין טיפער אין זיינע ווערטער, עפעס זאגט ער דא, דער @וואנדערער. דא ליגט נישט נאר א מסכת, דא אין די פאר קורצע ווערטער ליגט א גאנצער ש"ס! הלואי ווען איך האב די נערווען יעצט צו מרחיב בדיבור זיין זיין אין @וואנדערער'ס מהלך המחשבה אין די פאר קורצע שורות וואס וואלט געדארפט פארנעמען טייכן מיט טינט, און וועלדער מיט האלץ פאר פאפיר.
אויב ביסטו sincere דאן ייש"כ, אויב ביסטו סארקאסטיש און דו האלטסט אנדערש, דאן לאמיר עס געהעריג דעבאטירן.
 
איך בין בכלל נישט סארקאסטיש, איך מיין עס זייער ערנסט. אולי יחוס, היינט נאכט וועל איך מיינע געדאנקען ליפטערן אין די נושא. קוק נאך מיינע ש"ב שנירלעך דא אין קרעמל, וועסטו זעהן וואס איך מיין.
 
ס׳נישט אמת׳דיג ווי דו ברעכסט א קאמיטמענט- ווייל דו האסט עס קיינמאל נישט געמאכט פון דיין אייגענע בחירה…
דעיס איז בולשיט.
די קאמיטמענט איז א סאליד קאמיטמענט, האסטעך געטראפן א תירוץ צו בארואיגן דיין געוויסנביסן...
וואס איז עס אבער א פארגלייך צי א שוואכקייט און אידישקייט ווי נישט דאווענען, פארוואס דארף איך איר אפדעיטן מיינע אפס און דאונס, אויף עפעס וואס איז נישט נוגע פאר איר,
ביסט דיר אליינס סותר מיניה וביה, אויב איז עס עפעס וואס גייט איר נישט אן, דאן זאג איר, אויב איז עפעס וואס וועט פאראורזאכן אז די זאלסט דארפן שלאפן ביי דיינע עלטערן אויפן קאוטש פאר אפאר נעכט... איז שוין איינמאל פארראט פארן איר נישט זאגן...
ס'איז א גרויסע נפקא מינא עפעס וואס איז איר נוגע, ווי נישט מקפיד זיין אויף בשר וחלב מיט די כלים, ווי צו עסן חזיר אין די עירפארט.
איך הייב נישט אן צו פארשטיין...
ענליך צו וואס איך האב גענפערט אויף @איש מבקש
סמאכט איר שוין איינמאל א חילוק... זי דארף א מאן וואס דאווענט 3 מאל א טאג, און אויב ביסטו נישט דאס, און דיין ווייב מיינט מיט אן ערנסקייט אז די ביסט די סארט, דאן האסטו איר באשווינדעלט
ריכטיג, אבער וואס איז דער פרייז, און ווי אזוי דארף עס ארבעטן?
דאס איז נישט די שאלה.
די שאלה איז געווען אויב דעיס איז פארראט, און מיין ענפער איז א הילכיגן יא!
סאיז שווער? סארבעט נישט פאר יעדן? קארעקט
@ברק הכחול וואס זאגסטו צי דעי עקספלענעישען פון איינער @איש מבקש?
זעה מיין רעספאנס ארויף

לאמער עס צונעמען אביסל מער.
ווען מאן און ווייב האבן חתונה, און גרייטן זיך אויף א לאנג טערם רילעשאנשיפ, עגריען זיי ביידע אויף א קאמיטמענט.
די קאמיטמענט פון רילעשאנשיפ איז געבויעט אויף 100% טראסט און האנעסטי.

אויב איז עס נאר 99% דאן ביסטו נישט און א רילעשאנשיפ, ביסט אויף א דשאב וואס די ארבעטס בחינם...
שטופן דיין ווייב איינמאל און יעדע יאר צוויי, געבוירן קינדער, ערציען און חתונה מאכן...

יעצט, אויב באהאלסטו זאכן פון דיין ווייב, האסטו געבראכן די טראסט, האסט געבראכן דיין קאמיטמענט צו איר, סמאכט נישט קיין שום חילוק ווי גרויס אדער ווי קליין, צו סאיז באהאלטן דיין סמארטפאון, צו סאיז טשידן מיט א צווייטע נקבה, די טראסט איז געבראכן...פיריאד.

נכון, סאיז גאר שווער פאר אסאך, פאר געוויסע מיינט דאס א זיכערע גט, אדער סעפערעשאן, אבער די הארטע פאקטן בלייבן, האסט פארראטן דיין ווייב.

סאיז דא געוויסע וואס זענען אזוי בוחר, צו ווייל זיי קענען נישט זאגן פאר זייער ווייב, און א גט איז נישט קיין אפציע אויפן טיש, איך פיל שלעכט פאר זיי, אבער דאס טוישט נישט די מציאות.
מקען דעבאטירן אויב זיי זענען בארעכטיגט דאס צו טוהן אדער נישט (איר קענט לכאורה פאראויסשאצן מיין מיינונג...)
 
יעצט, אויב באהאלסטו זאכן פון דיין ווייב, האסטו געבראכן די טראסט, האסט געבראכן דיין קאמיטמענט צו איר, סמאכט נישט קיין שום חילוק ווי גרויס אדער ווי קליין, צו סאיז באהאלטן דיין סמארטפאון, צו סאיז טשידן מיט א צווייטע נקבה, די טראסט איז געבראכן...פיריאד.
און עס זענען דא די פרויען וואס דארפן נישט דיין טראסט, זיי ווילן דו זאלסט זיין ווי אזוי זיי ווילן, און טאמער נישט איז איר גאנצער קאמיטמענט ארויס פון די ווינדאו, עס איז גארנישט ווערד מער. און איצטערט בלייבסטו מיט צוויי אפשענס:

1. אדער ביסטו מקריב/מפקיר די שעפעלעך וואס דו האסט אריינגעזייט נאך פאר דו האסט אפי' געוואוסט אז דיין נישט ברעכן די טראסט וועט דיך מאכן א גוד פאר נאטינג (סערקומסטענטשועל),
2. אדער האלטן דיין הייפעלע צוזאמען דורך צוברעכן די טראסט אונטער איר רוקן (כלשונך)

ביידע אפציעס זענען נישט קיין אפציע, אבער דו ביסט געצווינגען צו בוחר זיין רע במיעוטו, איינע פון די צוויי. וועלכע נעמסטו?

קיינער ברענגט נישט קיין טראסט פאר גארנישט (עכ"פ אזוי מיין איך) און די גורם פון טראסט געברעכאכץ איז פשוט ווייל דיין טראסט איז נישט רעלאווענט צו איר קאמיטמענט. אדער ביסטו אזוי ווי איך וויל דו זאלסט זיין, אדער גיי לעזאזל.
 
Back
Top