- זיך איינגעשריבן
- מאי 31, 2024
- מעסעדזשעס
- 1,200
- רעאקציע ראטע
- 5,783
- פונקטן
- 943
ווען דיין ווייב זאגט דיר אז זי גייט אין מקווה, למעשה איז זי געגאנגען צו א פרענד און געוואטשט נעטפליקס.
עס קען זיין אז סגייט דיר נישט אן אויב זי גייט יא אדער נישט אין מקווה.
אבער סוואלט דיר אנגעגאנגען אז זי באהאלט עס פון דיר, א געוויסע געפיל פון פאראט און מיסטרוי.
יעצט שפיל עס אויס די פארקערטע וועג
איך גלייב אז אָן trust קען נישט זיין קיין רילעישנשיפ
נישט אז איך האב טענות אויף די וואס באהאלטן פון זייער פּארטנער וואס זיי האבן מורא מגלה צו זיין,
ווייל ס׳אויך דא די חלק געצווינגענקייט פון וויאזוי מיר זענען אריינגעקומען אינ׳ם חתונה לעבן in the first place -
וואס איז קיינמאל נישט געווען אן עכטע choice (אפילו אויב דו וועסט טענה׳ן אז דיינע עלטערן האבן דיר יא ״געלאזט וועהלן״ איז עס אבער כטפה מן הים פון וואס אן עכטע ברירה איז, ווייל זיי האבן דיר בכלל נישט ערקלערט די pros & cons פון אזא ריזיגע לעבנס באשלוס!)
און דו האסט חתונה געהאט אן צו וויסן אין וואס דו לאזט זיך דא אריין
(ווער רעדט נאך: נישט האבן די ברירה צו ווארטן א פינף יאר כאטש ביז מ׳קען זיך גוט, און מ׳פארשטייט זיך איינע די אנדערע,
איידער מ׳ברענגט קינדער אויף דער וועלט)
כ׳האב נישט דורכגעליינט דעם שנירל, ממילא ווייס איך נישט אויב איינער האט שוין גערעדט דערפון, קלאר צו מאכן די פּוינט אז די גאנצע מצב איז אין א בחינה פון coerced
ס׳נישט אמת׳דיג ווי דו ברעכסט א קאמיטמענט- ווייל דו האסט עס קיינמאל נישט געמאכט פון דיין אייגענע בחירה…
So i think it’s important to know both: v
1. דו האסט אלע רעכטן צו טון וואס פאר דיר איז גוט און אפילו באהאלטן פון דיין פּארטנער וואס זי פארשטייט נישט, בפרט ווען דו דארפסט עס צו סערווייוון
2. אבער די פרייז פון פארראט איז טייערער ווי דו קענסט זיך פארשטעלן. זייער שווער to ever have a good relationship נאכדעם וואס א פארטנער פילט betrayed פון דעם וואס מ׳האט אונטער זייער ריקן זיי אינגאנצן אויסגעשווינדלט
לעצט רעדאגירט: