באהאלטן פון דער ווייב - איז דאס פארראט?

פארוואס דערציילן? אז די חיצוניות האלט מען אן מיט שמירת שבת, טהרת המשפחה, כשרות, זענען די אנדערע נישט נוגע פאר די פרוי,
עס קען זיין א פעריאדע וואס מען גייט אדורך, און די מחשבה מאנט אן אקט פון רעוואלוציענערישער פילינג צו פילן אז מען איז עצמאי - אינדעפענדענט - מען האט בחירה, און נישט געצוואונגען צו פאללאוען א פונקטליכע פארשריפט,

מסתבר איז עס וועט פארביי גיין.

נישט דא קיין בארעכטיגונג אריינצינעמען די פרוי אין דעם צייטווייליגן עפיזאד, ווייל גילוי קען גורם זיין א לאנג לעסטינג דעמעדזש.
 
ממש א שאד איך האב נישט געזעהן די ווערטער ביז איצטערט. א יעדעס וואר איז אויס צו קישען ודברי פי חכם חן. און אפשר ליגט אויך ווארהייט אין דיינע ווערטער. אבער אויב איז זעה (און ליין די ש"ב ארטיקלען פון וואס איך רעד) פון די ערשטע מינוט נאך פאר עס איז דא צייט צו זעהן צו מען קען זיך אפי' מפשר זיין זעהסטו אפפפפפס איך בין אין די ראנג בעט.

ווי אזוי גיי איך צו צו דעם פון די פרויס פרעספעקטיוו?

וואס וואלט זי געהאלטן דארף דער מאן טוהן. און אויב איז זי יא אזוי קליג און זעהט וואס עס גייט פאר פארוואס דער מאן איז סטאק און ווייס נישט ווי אזוי איר צו זאגן און ברענגן צו זיין זייט. פארוואס זאל זי נישט קומען פארויס און זאגן, יואלי יענקי וואטעווער זיין נאמען איז, איך זעה ווי דו מיטשעסט זיך מיט דיינע התנהגתער, און די ווייסט נישט ווי אזוי צו עס אויסארבעטן מיט מיר. לאמיר קומען אויף איין טיש און רעדן דערוועגן און זעהן מיט וואס איך קען יא, אדער קען נישט מיט גיין. לאמיר זיך שטעלן ערגעץ אינדערמיט עטליסט לעטס טאלק אבאוט איט.

ניין זי וועט דאס אויכעט נישט טוהן, פארוואס ?
קודם כל האסטו פראבירט זיך צו אראפזעצן און זיין דער וואס הייבט אן די שמועסן אין א רואיגע אטמאספערע אן קיין פרעשור?
צווייטנס, please try צו פארשטיין פון וואו זי קומט, זי איז געווארן אויסגעלערנט אויף אסאך אן ערגערע אופן ווי דיר נישט צו טראכטן, ווייל זי קען ניטאמאל ליינען לשון קודש צו קענען עפענען א גמרא און נאכקוקן למשל צו רויט איז טאקע אסור... אלעס ווייסט דער טאטע און ער איז די גרעסטע תלמיד חכם, און נאך די חתונה איז עס דער מאן.
און אויב דער מאן זאגט עפעס אנדערש ווי דער טאטע ווערט זי זייער צומישט, אדער וועט זי האלטן אז דו ביסט פלעין אן אפיקורס אדער וועט זי וועלן הערן פארוואס דו האלסט אזוי און וואו עס שטייט, ווענדט זיך וויאזוי מען גייט צו צום שמועס.
זאלסט אבער וויסן אז אמת'דיג trust זי דיר, זי וויל נאר אמת'דיג וויסן פארוואס דו האלסט אנדערש ווי איר טאטע און ווי איר כלה טיטשער...
עס קען זיין emotional pain פאר א פרוי צו זיין צוריסן צווישן וואס מען האט איר אויסגעלערנט פאר 18 יאר און איז תורת משה און צו הערן די נייע זאכן וואס הערט זיך אפיקורס'יש, ...You need to try to win her trust
דאס וועט נישט ארבעטן מיטן איר געבן א גאנצע לאנגע שרעקעדיגע שמועס אז דו גלייבסט גארנישט, you need to be very gentle
הייב אן מיט questionen קלייניקייטן און אז דו ברענגסט גענוג proof און דו רעדסט sense וועט עס slowly האבן אן effect האפנטליך.
אודאי יעדע פרוי איז אנדערש,
...It can take years to undo indoctrination of 18-20 years, some are more blocked than others
.I guess therapy/couples therapy can help
אבער איינמאל זי איז אריבער אויפן אנדערע זייט, עס 'קליקט' און זי הייבט דיר אן אביסל צו פארשטיין, ווערט עס גרינגער, מען דארף אבער אסאך patience און מען דארף זיין גרייט אויף די consequences, עס קען איר גורם זיין אסאך anxiety...
,You are shaking her grounds and crumbling everything she believed in
אז אמאל איז שוין בעסער זי זאל בלייבן תמימות'דיג... אבער עס איז זיכער worth it צו אנקומען צו זיין אויפן same page.
 
ווייל זי קען ניטאמאל ליינען לשון קודש צו קענען עפענען א גמרא און נאכקוקן למשל צו רויט איז טאקע אסור...
אז מ׳רעדט שוין, איז רויט טאקע נישט אסור?
 
Back
Top