בלוטיגע הימלען

שומו שמייעם

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 23, 2025
מעסעדזשעס
181
רעאקציע ראטע
1,052
פונקטן
213
אוי פארוואס האט די זון געטון אויפשיינען
אוי.... פארוואס בין איך צי אזא בשורה אויפגעשטאנען

אוי כ'ווייס נישט ווי אזוי עס צי זאגן
עס וואלט פיל בעסער געווען היינט זאל נישט טאגן
איך פיל מיך אנידערגעשלאגן, אינגאנצן ציטראגן......
מיין הארץ טוט זיפצן און קלאגן

איך קום ארויס פון שטוב, מיינע געפילן טימלען
איך בין זיכער אינדרויסן איז פארטינקלט די הימלען

אוי.... וויי געוואלד, איך זעה איין באלד
די הימל אן קיין וואלקן ציכטיג, די זון שיינט, עס איז קלאר און ליכטיג

הוי ארץ ושמים!!!!, איך טו אויסשרייען
ווי קענט איר זיך פארהוילן פון מיינע ווייען
שפכו דמם כמים, סביבות ירושלים!

אוי... וויאזוי שמייכלסטו צי מיר אזוי פרעך
ווען פון פיין, איך אט צאמברעך

ווי קענסטו מיט דיין בלויע קאליר שיינען
ווען אזויפיל ציבראכענע הערצער וויינען

נאר אין זכות פון די תורה פון די נרצחים הי"ד טוסטו נאך שטיין
איז וויאזוי קענסטו זיין אזוי געמיין
ווי אזוי קענסטו ארויסגעבן א שיין
ווען די טרערן פון די געוויין, צילעכערט אפי' א שטיין

אפשר פון דארט אויבן זעט אלעס אויס קליין
דערפאר פארשטייסטו נישט ווי טיף איז מיין פיין?!
ניין ניין ניין, איך קען עס נישט פארשטיין
וויאזוי פארהוילסטו זיך און לאזט אינז פאר'צערט אליין

די האסט מיט דיינע אויגן ציגעזען די שרעקליכע אקט דארט
ווי אזוי ביסטו נישט געווארן דערציטערט אינגאנצן
פארוואס ביסטו נישט געווארן פארטינקלט אויפן ארט
זיך פארשווארצן מיט וואלקענעס אנשטאט גלאנצן

ווי האסטו ציגעלאזט אזא זאך זאל געשעהן
ווען ישמעאל איז געווען פארטריקנט און שוואך
פארוואס האסטו נישט פארנעפלט, הגר זאל די קוואל נישט זעהן
יעצט קוק ווי זיינע קינדער האבן געטון אזא שרעקליכע זאך

פארוואס האסטו דאמאלטס געהאט רחמנות
ווען ער האט געבלאנדשעט אין די מדבריות
געהרג'ט און גערצח'ט אימשולדיגע בנים ובנות
די האסט דאך היינט געזען די אכזריות

איך קען אויף דיר נישט היינט ארויפקוקן
וויאזוי שענקסטו ווארימע בליקן
ווי כאילו עס האט זיך נישט אינטער דיר אפגעשפילט
די גאנצע רציחה האסטו פארלייקנט און פארשטילט

💔 💔 💔 💔 😭 😭 😭 💔 💔 💔 😭 😭 😭

איך זיץ און זיפץ אזוי פארקלערט
מיין אויגן און הארץ אינגאנצן פארטרערט
עס דאכט זיך מיר אז איך האב עפעס געהערט
די הימלען האבן מיר א תשובה געענפערט

הער אויס, שומו שמייעם, די ביסט אביסל שפעט
נאר היינט אינדערפרי ביסטו געוואר געווארן
איך בין דא אויבן, בעסער ווי די מיינסט, מ'זעט
איך האב שוין סאך פריער אויסגעגעבן מיין צארן

דערמאן דיך נאר נעכטן, עס האט גערעגנט און געטריפעט
עס איז געווען געדעכטע שווארצע וואלקענעס איבערן הימל
דאס איז געווען מיך, איך האב פארפירט און מיט די פיס געטיפעט
איך בין געווען צישאקלט, און ערשיטערט, איך האב אנגעזייט א טימל

פארוואס מיינסטו אז איך האב מיך איינגעהאלטן
פארוואס מיינסטו אז איך בין רואיג געזיצן
האסטו נישט געהערט נעכטן די דינערן פון מיינע שפאלטן
איך האב פארפירט ווי א קינד, דאס זענען געווען די בליצן

די רעגן וואס איז געקומען איז בכלל נישט געווען זיס, ניין
עס איז געווען זאלציגע טרערן פון מיין ביטערע געוויין

די שקיעה רויט קאליר וואס איז געווען ביי מיינע עקן
דאס איז געווען רויטע בלוטיגע פלעקן..........

איך האב געקלאגט און געטרויערט מער ווי די מיינסט
טאקע ווייל איך האב שוין אנגעזען אזוי קלאר
איך האב געבוכה'ט סאך מער ווי די וויינסט
איך האב שוין די צער פאר אזויפיל יאר

וואס איך האב שוין אלס געזען די קענסט נישט באגרייפן
די וואלסט בלייבן שטיין נישט געקענט
ווי פון גופים פון אידן מאכט מען זייפן
טויזנטער קהילות אין פייער פארברענט

גזירה היא מלפני, די באשעפער דעקלערט
די אלע צער איז פון אויבן באשערט

אבער יעצט קומט שוין גוטע צייטן פון גאולה, איך זע גענוי
פארדעהם קען איך שוין שיינען אזוי

עס קומט א גוט געבענטשט יאר!
פארדעהם שיין איך אזוי קלאר!
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top