א בליק אריין אין א פארבארגענע גרופע חסידים

קוק, ער האט עפעס געמוזט געבן פאר'ן שטן אויך אין ארדער דיר צו געבן גערעכט און ס'זאל נישט זיין א קטרוג🤣 אזוי ווי מ'זעהט ביי רבקה'ס געבורטס
מיינע טרערן קומען נישט צוליב וואס ער זעלבסט איז נישט קיין חסיד, ס׳איז פשוט ווייל דערווייל האב איך בסך הכל בלויז 2 מתנגדים פון גאנץ קרעמל… א בחינה ווי דער ת״ח וואס האט נאר איין פלעק אויף זיין בגד איז חייב מיתה…
 
און ווי אויך צו לייגן א נקידה קטנה. די פרייהייט פון מיינונג, און פון ווארט דארף רעספעקטירט ווערן אויף א יעדנס פאל, אפי' ווען דער און יענער ווערן געטריגערט דערפון. ווייל אויב נישט מה הואילי חכמים בתקנתם.

קרעמל איז א מיינונגס פארשידענהייטן פלאטפארמע וואס דאס איז לכאורה די איינציגסטע סיבה פארוואס עס ערפינדן געווארן פאר. פאר פליקן ארונטער רייסן קען מען צוריק צו די צייטן וואס מיינונגס פארשידענהייט איז געווען דערשטיקט.

א כותב איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג אפי' עס געפעלט דיר נישט. און ווען דער ליינער שפירט אז דאס גייט ארויס פון די קאנסטיטוציע זאל ער דאס באריכטן, די מאדערעיטאר וועלן דאס דן זיין בכובד ראש. אבער פערזענליך אטאקירן א שרייבער ווייל ער האט געזאגט זיין מיינונג און ארויס געברענגט א נקידה, בכלל נישט אטאקירט. דארף מען נישט ווערן אזוי אטאקירנד. על מה יצא הקצף. ועל מה חרי האף הזה?

דערשטיקן א שטימע ווען עס איז אין איינקלאנג פארוואס מיר זענען דא איז דירעקט א ווייאלעישן אין די פרייהייט פון ווארט. ועל זה אני דנין. נישט אויף די אפיניאן פונעם שרייבער. אויב האסטו א צווייטער מיינונג פרעיג עס אף מיט רעספעקט. הוא מותיב והוא מפרק. דראמאטזיר נישט פאר גארנישט. אויסער וואס די מאדס זענען עומד ומשמש און גיבן אכטונג אז די שטאטוטן זאלן ווערן איינגעהאלטן בכל חומר הדין. אז זיי האבן דאס נישט פארמעקט דזשאסט שלאג אפ די פאקטן. נישט רייס ארונטער דעם מעסענדזשער.
 
מיינע טרערן קומען נישט צוליב וואס ער זעלבסט איז נישט קיין חסיד, ס׳איז פשוט ווייל דערווייל האב איך בסך הכל בלויז 2 מתנגדים פון גאנץ קרעמל… א בחינה ווי דער ת״ח וואס האט נאר איין פלעק אויף זיין בגד איז חייב מיתה…
איך האב נישט געשריבן אז איך בין א מתנגד, נאר ווייט פון אן חסיד
איך האב אויך ליב געהאט צו ליינען אסאך פון דיינע ווערק, ווי די שרייבסט זאכן וואס אנדערע פראבירן צו באהאלטן
נאר נישט פון אלעס האב איך הנאה געהאט
וואס האט מיך געמאכט צו זיין ווייט פון אן חסיד

כ'וועל אביסל מסביר זיין, אבער ס'האט לאו דווקא צוטון דייקא מיט דיר
נאר בכללות


*****
די נושא פון פר''י ספיט''ש
איז שוין מיינעך געווארן אויסגעשמועסט דא אין קרעמל,
אז ס'מיינט נישט אז מ'מעג אלעס זאגן/שרייבן
איך קען ברענגען אסאך משלים וואס יעדער וועט פארשטיין אז אפי' אונטער פרי ספיטש טאר מען עס נישט זאגן

אבער די בעסטע דוגמא איז פון דא אין קרעמל, די נושא פון "גילוי"
איינער פון די גאר שטרענגע תקנות דא אין קרעמל איז די נושא פון גילוי, אז אויף קיין שום פאל טאר מען נישט מגלה זיין ווער ס'שטייט אונטער א ניק, קיין שום אמת'ע פרט פון יענעמ'ס אמת'ע לעבן
אזאך וואס איינער וועט עובר זיין וועט מען אים פארשיקן פון דא תיכף ומיד,
און יעדער וועט עס פארשטיין

יעצט שטעלט זיך די פראגע, פארוואס?
דא איז דאך דא פרי ספיטש, וואס האט יענער געטון?
ס''ה געזאגט עפעס, און מ'מעג דאך זאגן וואס מ'וויל

נאר יעדער פארשטייט, אז דו קענסט זאגן וואס דו ווילסט, ווילאנג א צווייטער וועט נישט האבן קיין שאדן!
אבער צו מאכן פאר א צווייטער שאדן, ביסטו שוין נישט בארעכטיגט, אויף דעם העלפט נישט קיין פרי ספיטש!

און וועגן דעם איז נישט אויסגעהאלטן צו העצן קעגן אומשולדיגע מענטשן, נאר צוליב זיי זענען פון א צווייטע ראסע, ס'איז ראסיזם
פארוואס? ווייל ס'קען זיין שאדן ברענגען, אז דו וועסט העצן קעגן זיי, קען עס ברענגן אז א ראסיסט זאל טוהן למעשה, און יענעם שאדן מאכן איז שוין נישט נכלל אין פרי ספיטש

היוצא לנו
אז אפי' אין א וועלט פון פרי ספיטש, מעג מען נאכנישט אלעס זאגן!
און איינער וואס זאגט יא אלעס, אפי' אין א פאל וואס ס'קען איינעם שאטן, איז עס נישט נכלל אין פרי ספיטש,
און ער באגייט אן עוולה

(נאר וואס ס'מיינט שאדן, איז שוין נישט קלאר, פאר איינעם איז עס אין זיין גשמיות'דיגע לעבן, און פאר א צווייטען, א צווייטע סארט לעבן, ודי בזה)
 
היוצא לנו
אז אפי' אין א וועלט פון פרי ספיטש, מעג מען נאכנישט אלעס זאגן!
און איינער וואס זאגט יא אלעס, אפי' אין א פאל וואס ס'קען איינעם שאטן, איז עס נישט נכלל אין פרי ספיטש,
און ער באגייט אן עוולה
ממילא, קום צו צום ווארט, כ׳וועל שטארק הנאה צו הערן וואס עס האלט דיר אפ פון זיין א חסיד מיינע.
 
א פיינע רעיון.
ווי שרייבט מען זיך איין?
 
יא, ריכטיג!
די מהלך איז נישט צו ׳פייטן׳ די סיסטעם.
זיי זענען שטערקער.

די מהלך איז צוזאמנעמען אחים בדעה, צו האבן סופארט און אייגענע קאמיונעטי.

דאס 👇איז ממש אזא געדאנק, א גרופ פון נאנ-דזשאדזשמענטל מענטשן וואס זענען זיך מחזק איינע די אנדערע:
Kehillah OTP
איינמאל מען joined מיט די נאמבער איז עס א שטיקל ריסק?
 
Leibish, I know such a group, I'm wondering if we are talking from the same one? Does it exist in Monroe?
 
I understand. I'm asking if the original creator from the group coms and lives in Monroe
 
ניין, עס איז א גרופע פון משפחות וואס קומען פון עטליכע שטעט, און קומען זיך ציזאם יעדעס מאל ערגעץ אנדערשט.
וויאזוי און בעיסד אויף וואס האבן זיי זיך געטראפן איינע מיטן אנדערע?
איז עס אפען פאר פרישע? אויב יא. וויאזוי ווייסט מען וועם מ׳קען טראסטן?

קשיא נומער 4. איזעס איין תירוץ וואס פארענטפערט אלע קשיות…? 🤣
 
וויאזוי און בעיסד אויף וואס האבן זיי זיך געטראפן איינע מיטן אנדערע?
איז עס אפען פאר פרישע? אויב יא. וויאזוי ווייסט מען וועם מ׳קען טראסטן?

קשיא נומער 4. איזעס איין תירוץ וואס פארענטפערט אלע קשיות…? 🤣
די עולם האט צי פיעל פראגעס דערוועגן, כ׳וועל בעזר ה עפענען אן עקסטרע שנירל דערוועגן.
 
Back
Top