א בליק אריין אין א פארבארגענע גרופע חסידים

מ'קען נישט זאגן ס'איז ריין דמיונות, האסט געהערט פונעם וועכנטליכן דינסטאג נאכט דשעם אין --? מיטוואך נאכט אין --?
אפי' די גרעסטע זינגערס און זינגערטערס קומען.

האסט געהערט פון די לעכטי-- אין --?
האסט געהערט פון די פּאוקער הויז אין --?
אט די זאכן ווערן גרעסער פון וואך צו וואך און פון חודש צו חודש.

דעי זאכן זענען געווענדליך ביי אינווייט אונלי אבער ס'איז דא.
 
מ'קען נישט זאגן ס'איז ריין דמיונות, האסט געהערט פונעם וועכנטליכן דינסטאג נאכט דשעם אין --? ניין מיטוואך נאכט אין --?ניין
אפי' די גרעסטע זינגערס און זינגערטערס קומען.

האסט געהערט פון די לעכטי-- אין --?ניין
האסט געהערט פון די פּאוקער הויז אין --?ניין
אט די זאכן ווערן גרעסער פון וואך צו וואך און פון חודש צו חודש. ????

דעי זאכן זענען געווענדליך ביי אינווייט אונלי אבער ס'איז דא. ניין ????
 
@טובה איך ווייס פון אפאר פלעצער.
דינסטאג אין קראון הייטס, דע האוז אוו ליווינג לייט.
מיטוואך אין וויליאמסבורג.

וועגן די פאוקער הויז האב איך געהערט פון מיין גוישע בארבער (וואס איז די דילער). כ'ווייס נישט אויב מ'רעדט פון די זעלבע.
 
הקדמה: די חסידישע געמיינדע פירער זענען באקאנט אלץ א גרופע וואס לעכצן פאר פאעור, כבוד, און מאכט. אבער כדי מענטשן זאלן נישט רעוואלטירן אנטקעגן זיי, טוען זיי דאס אויף אן אויפן וואס מאכט די ״פשוטי עם״ זאלן פאלן פאר זייערע געמיינע שטיק...

איינע פון זייערע פראפאגאנדע סטראטעגיאס, זענען די אלע אזוי געריפענע וואויל׳טעטיגע ארגענעזאציעס וואס טוען מכלומר׳שט ראטעווען מענטשן פון פיינענשלס אדער סתם אין טאג טעגליכן לעבן, א שטייגער ווי חברים, הצלה, וכדומה, וואס דערמיט כאפן זיי די הערצער פון אומשילדיגע ״תמימי לב״ ווי כאילו זיי זארגן זיך שטארק פארן כלל…

איי דו נעמסט דעם אומשילדיגן יונגערמאן וואס וואלט געקענט שיינען און בליען ווען ער בטל׳ט נישט זיין צייט אויף ״חוק אדער דף היומי (קליין גערעד..), און ציקוועטשס אים פיזיש, גייסטיש, אדער פיינענשל, מיטן אים צווינגען צו האבן אן א שיעור קינדער, נישט לערנען קיין ענגליש, שטיצן כוללים, און אלעס וואס איז נכלל צו צישטערן די סוקסעס פון א יומען ביאינג…

אבער מיט דעם וואס זיי פראוויידן קיופאנס 25% off פאר כולל אינגעלייט פאר א אנגעשטרענגטן פסח סעזאן, אדער שיקן אפ א תומכי שבת פעקל, שטעלן זיי אהער א פנים ווי א פאלק פיעל ״צדקה וחסד…



לעצטנס האבן זיך א גרופע יונגעלייט ציזאם גענומען, און באשלאסן ס׳איז צייט אביסל צו טראכטן גראד ווי איידער קרים...
זיי האבן געגרינדעט א גרופע ווי יעדער וואס איז נישט דזשאדזש-מענטל איז וועלקאם צו דזשוינען די גרופע.

די גרופע ארבעט מען דארף זיין א מענטש וואס נעמט דאס לעבן ערנסט, מען זוכט א נארמאלע חינוך פאר די קינדער, שלום בית איז נישט אויף הינער פיס, און מען גלייבט נישט אין סיפורי צדיקים…

די גרופע איז א סופורט גרופע פאר מאן און ווייב, מ׳קומט זיך כסדר ציזאם, מגעבט חיזוק פאר יעדער וואס ציברעכט דעם אלטן ״טראמא סייקל… לדוגמא: א פרוי וואס די מאמע איז געגאנגן מיט א שפיצל, און זי טוט דאס אויס, באקומט די פולע סופורט פון אלע אין די גרופע. א מאן וואס האט זיך געדרייט מיטן פולן חסידישן לבוש אלץ פחד פון ארימיגע, און געטוישט צו מער א לייטישע לבוש, באקומט די פולע רעקאגנישן און חיזוק וואס עס קומט זיך פאר אזא איד.

די ליסטע איז גרויס.

ס׳גייט אויף אזוי ווייט אז אויב א פרוי וואס האט זיך געטוישט די לבוש מאכט א שמחה, אבער האט משפחה פרעשער דערפון, קומען זיך ציזאם אלע חברים ממש ווי אייגענע משפחה צום שמחה.

די ציהל איז אז די גרופע וועט אין די פיוטשער ווערן געניג גרויס צו קענען עפענען אייגענע מוסדות, און אלעס וואס פעלט זיך אויס פאר א ליבליכע קאמיונעטי.

דאס אלעס איז אויפן שפיץ גאפעל.

סדא אסאך מער ארום צו רעדן אלץ וואס די גרופע טוט אויף… אבער צוליב פרייוועסי ברענגן מיר בלויז אראפ דאס ביסעלע אינפא, כדי אנדערע אידן זאלן דאס ליינען און זיך לערנען אז מקען מאכן חבירות חבירות, און מיט דעם ציברעכן די מויערן פון שלעכטס.
חשובע זאך, אלס עקס חסיד וועלקאם איך אוודאי די מינדעסטע פרוביר צו טוישן און רוקן די קאמיוניטי ווייטער, (איך האב פיינט דעם ווארט סיסטעם) ווילסט נאכנישט ארויסגעבן און סתם טיזן, איי געט איט, יעדע זאך אין די ריכטיגע צייט. אויב זיי ליינען דא מאכט'ס נאר זיכער איין זייער וויכטיגע זאך: שרייבן א געהעריגע ביזנעס פלאן ווי מ'צילט, און וואס די באדייט פון די קהילה/קלאב/נעטווארקס/חבריה/שבט וויל זיין, און וואס זיי האפן צו ברענגען צום טיש, ווייל די שווערסטע זאך, איינמאל ס'איז שוין דא געלט און ס'איז שוין דא מענטשן פארשטייט זיך איז אקעי, ”ווער ביזטו” ווייל אויב ווייסטו דאס נישט, וועסטו ריזיקירן צוריקפאלן צו די very status quo that you're attempting to decouple of

יא מ'קען שוויצן, בארביקיוען, ווערן הויעך ביי א שיעור גמרא און גיין מיט קראקס ביים ליינען, און נישט האבן קיין פילטער פאליציי אבער דאס איז נאכנישט גענוג זיך ארויסצוברעכן.

אויב איז די ציל "מ'נעמט אריין יעדעם וואס איז נישט דזשאזשמענטל” איז דאס נאר די ערשטע סטעפ, יעצט גיי מאך א ביזנעס פלאן וויאזוי מ'גייט דאס אייגנטליך מקיים זיין, נישט ווי א שטרענגע רעליגיע כאילו, נאר פשוט זיך צו האלטן צום פרינציפאל, איך קען גענוג מענטשן וואס האבן זיך געדרייט אויף גרופע'ס ווי מ'האט פרובירט צו "פארבעסערן חסידות” פון די אלע זאכן איז עס געבליבן ביים רעדן, פארוואס? ווייל פון רעדן ביז עסטעבלישן א אלטערנאטיוו קולטור מיט טענעטס וואס מאכט סענס און איז דיסטינקטיוו איז א ים הגדול שווים...

זיך צאמקומען אלא חברים צו די שמחה, beautiful דאס רעד איך פון, א אייגנטליכע ציל וואס מ'ענוויזשנט זאל זיין. סתם "מ'עקסעפט יעדעם איז זיך געפאפט, קענסטו שוין גיין צו שיינער'ס שוהל מיט א פראק און בעיסבאל קעפ... וואס ברענגסטו צום טיש?

אז מ'זאל דעיטן? נישט האבן קינדער, עדזשוקעיטן איבער קאנטראסעפשן?

שרייב עס אראפ ערגעץ.

Be as specific as possible

הצלחה! טעלי.
 
מ'קען נישט זאגן ס'איז ריין דמיונות, האסט געהערט פונעם וועכנטליכן דינסטאג נאכט דשעם אין --? מיטוואך נאכט אין --?
אפי' די גרעסטע זינגערס און זינגערטערס קומען.

האסט געהערט פון די לעכטי-- אין --?
האסט געהערט פון די פּאוקער הויז אין --?
אט די זאכן ווערן גרעסער פון וואך צו וואך און פון חודש צו חודש.

דעי זאכן זענען געווענדליך ביי אינווייט אונלי אבער ס'איז דא.
קום אריין קלארער!
 
מ'קען נישט זאגן ס'איז ריין דמיונות, האסט געהערט פונעם וועכנטליכן דינסטאג נאכט דשעם אין --? מיטוואך נאכט אין --?
אפי' די גרעסטע זינגערס און זינגערטערס קומען.

האסט געהערט פון די לעכטי-- אין --?
האסט געהערט פון די פּאוקער הויז אין --?
אט די זאכן ווערן גרעסער פון וואך צו וואך און פון חודש צו חודש.

דעי זאכן זענען געווענדליך ביי אינווייט אונלי אבער ס'איז דא.
דאס איז נישט קיין מאוומענט,סתם טשילן ,שוין געווען דארט
 
Back
Top