Borderline personality disorder

יונה שימעל

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מערץ 18, 2025
מעסעדזשעס
23
רעאקציע ראטע
55
פונקטן
13
בארדערליין פערסענעליטי דיסארדער איז עפעס וואס זייער אסאך מענטשען מוטשען זיך מיט דעם. אסאך ווייסן אפילו נישט אז די שלעכטכקייט פונעם שותף (מאן אדער ווייב) קומט וועגן די דיסארדער. מדארף מאכן מער אווערנעס אין לייגן עצות אין הדרכות פון די וואס מאכן דעס מיט טעגליך
 
הונדערט פראצענט ס'וויכטיג מ'זאל וויסן און רעדן דערוועגן,

איך וויל ח"ו נישט אוועקנעמען פון די ערנסטקייט דערפון, אבער זייער אסאך וואס ווערן דיאגנאזירט מיט דעם קומט סתם ווייל איינער פון די גרויסע משפיעים/רבי/שלום בית עקספערט האט די לעצטיגע יארן אנגעהויבן איבערדרייען דערוועגן כאילו יעדער וואס האט א פראבלעם איז דאס די קעאז.

מאכט זיכער אז די דיעגנאזיז קומט פון אן פראפעסיאנעל.
 
יא, אמת, אבער די גרעסערע פראבלעם איז אז זייער אסאך מענטשן ווייסן נישט פון די דיסארדער בכלל, און עס איז נישט גרינג צו דיאגנאזירן צוליב וואס דעי מענטשן וואס ליידן ווייזן זיך ארויס פאר די גאס ווי די בעסטע און געלונגענסטע, און זיי ווייסן ווי אזוי צו מאניפולירן דעם טעראפיסט (חוץ א טעראפיסט אדער א רב וואס איז שטארק אויסגעקאכט אין דעם ענין).
 
איך וויל טאקע רעאגירן אויפן זעלבן שניט,
נישט אסאך ליידן דערפון, אבער ווער ס'ליידט, ליידט נעבעך זייער אסאך....
דער פראבלעם איז זייער גרויס, ווייל די ארומיגע האלטן אז יענער איז נארמאל, ממילא דו טרייבסט איבער, נו, מ'האט שוין געהערט אזאנס.
און למעשה איז דער שיינע איד/אידענע א מכשפה, פייניגט, באשולדיגט, און מ'קען קיינעם נישט זאגן... אוי אוי, ס'איז אסאך מאל גאר ביטער.
 
יא, אמת, אבער די גרעסערע פראבלעם איז אז זייער אסאך מענטשן ווייסן נישט פון די דיסארדער בכלל, און עס איז נישט גרינג צו דיאגנאזירן צוליב וואס דעי מענטשן וואס ליידן ווייזן זיך ארויס פאר די גאס ווי די בעסטע און געלונגענסטע, און זיי ווייסן ווי אזוי צו מאניפולירן דעם טעראפיסט (חוץ א טעראפיסט אדער א רב וואס איז שטארק אויסגעקאכט אין דעם ענין).
וויפל מענטשן ליידן נעבעך "ווייל זיי קענען נישט דייעגנעאזירן, נאר א מומחה קען"...
 
וועגן דעם דארף מען אווערנעס און באשרייבונגען, נישט דווקא מיט די קעפל פון בי.פי.די. אזוי זאלן עס סתם עמך אידן ליינען, אין אסאך וועלן זיך טרעפן דארט.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ס'איז א פראבלעם, יעדע שלום בית מאכער\יענטע. וואס זיי קענען גארנישט. ווייסען 1 זאך, בי פי די. יעדער איינער וואס זייער ספאויס איז א גערעגטער,
אין יעדער נעמט עס איבער זאגן, אנשטאט גיין צו א געהעריגע פראפעשענל.
 
וואס איז ערגער BPD אדער NPD?
 
אין א וועג איז NPD ערגער.
בי פי די האט זייער ווילדע מוד סווינגס סגייט זייער שנעל פין ״די ביסט די ארגסטע, די האסט מיך פיינט וכדו׳״ צי זיך אליין פיינט האבן אין האלטן אז מאיז נישט ווערט צי לעבן.

NPD זענען מער קאנסיסטענט מיט זייערע שווערע שלעכטע מדות אין זיין סעלפיש אין אגרעסיוו
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
עס איז דא א בוך I hate don't leave me. זייער גוט
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לעצטנס געהערט וועגן א האטליין פון סיקסע רב. אסאך שיעורים אויף בארדערליין. איינער איז באקאנט אדער אויסגעהערט אלע שיעורים. איז עס כדאי צי הערן ?
 
איך האב א חבר וואס הערט נישט אויס שידוכים פאר זיין טאכטער (18 יאר), ער וויל איר נישט חתונה מאכן.. ער טענה׳ט אז זי איז נארסאסיסטיק (NPD).

שדכנים קאלן מיטשענען וכו׳ זי האט א גוטע נאמען אין די גאס..

איז זיין צוגאנג גערעכט? וואס האלט די עולם דארף מען טון אין אזא פאל?
 
וואס איז זיין פלאן? ער גייט איר האלטן געהיידזשעקט אויף אייביג ווייל ער האט באשלאסן אז זי איז נארסיסיטיק? שמעקט זייער נישט גוט
 
איך האב א חבר וואס הערט נישט אויס שידוכים פאר זיין טאכטער (18 יאר), ער וויל איר נישט חתונה מאכן.. ער טענה׳ט אז זי איז נארסאסיסטיק (NPD).

שדכנים קאלן מיטשענען וכו׳ זי האט א גוטע נאמען אין די גאס..

איז זיין צוגאנג גערעכט? וואס האלט די עולם דארף מען טון אין אזא פאל?
איך האב מורא אז דיין חבר איז די נארסיסיסט דא...
 
Back
Top