לייביש הכהן
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יולי 11, 2024
- מעסעדזשעס
- 330
- רעאקציע ראטע
- 1,202
איך הייב אן גאר אינגיכן א וועכנטליכע אינטערוויא פראגראם אויף קרעמל, ווי איך וועל אינטערוויאן מענטשן וואס האבן גענומען די קוראדזש און געבראכן דעם סייקל.
אונזער ערשטע אינטערוויא וועט זיין מיט פריידא וויזל, א פאפולערע עקס חסידישע פרוי פון וויליאמסבורג, וואס האט פארלאזט די היימישע געמיינדע, און לעבט א לעבן וואס ארבעט גענוי פאר איר.
מיין ציהל דערמיט איז צו געבן קוראדזש פאר די אלע וואס ווילן זיך ריקען ווייטער אין לעבן, אבער האבן פשוט א בלאקעדזש צוליב קאמיונעטי פרעשער, אדער אומוויסנד טערעטאריע, מורא האבענדיג ווי זיי וועלן חלילה אנקומען אויב לייגן זיי ארויס א פיס פונעם קעסטל…
די קאטעגאריע פון ״ברעכן דעם סייקל״ איז א גרויסע, און לאו דווקא נאר די וואס פארלאזן גענצליך די קאמיונעטי.
ס׳איז דא אזעלכע וואס לעבן אין די קאמיונעטי וואס האבן געבראכן דעם סייקל אויף א ריזיגן פארנעם, א שטייגער ווי ליפא שמעלצער מיט מוזיק, אלי וועבער וואס האט נארמאלעזירט צו קאמיוניקעיטאן מיטן פארקערטן דזשענדער אין פובליק אפי מען גייט מיט בארד און פיאות.
אין די פארגאנגנהייט האב איך דאס שוין געטאן אויף מיין ״לייביש עפיזאדס״ טעלעגראם טשענל, ווי כ׳האב אפגעהאלטן עטליכע אזעלכע סטייל אינטערוויאס, א שטייגער ווי ״פעגי גרינפעלד״, א אינטערוויא וואס האט געשיקט שאק כוואליעס איבער די גארער וועלט!
כהאב אויך אפגעהאלטן א שמועס מיט איינער ״יואלי״, א געוועזענע פרומע יונגערמאן א בן תורה, וואס האט פארלאזט די קאמיאנעטי ווערנדיג גענצליך פריי.
די ליסטע איז גרויס, מ׳האפמיר בעזר ה׳ צו קענען מהנה זיין דעם ציבור אויף א ברייטן פארנעם.

לעצט רעדאגירט: