כלל ישראל באגריסט די פרישע ״פרייע חסידישע״ מאוומענט

רובא דרובא פונעם כלל ישראל זענען גאר ווייט פון דעם,
פון ווי נעמסטו דאס? דו קענסט ערמאנטע אידן? קענסט אידן אין די גלילות פון מאנסי? כלל ישראל איז גרויס, אין פאקט פון די וואס מאכן נישט קיין נויז הערט מען נישט אין גאס…

די נקודה איז, נישט קרויס, נישט שטיין, נישט ראזענבערג, פארטרעטן א רוב…

אלעמאל קוקט מען ווי די קול מוחאה האלט…
 
אשרינו שזכינו, אונז האבען שוין אונזערע אין-הויז קאנספיראציע טעאריעס.
קוק אהער, איך האב געקוקט דעי אינטערוויא מיט נא דזשאדזשמענט,
ס'מיר געווען זייער פאני וויפול מאל ער האט גערעדט אזוי הייס פון די קאמיאנעטי...

To much bragging

איך האב געשוינט @פרידא אביסל, סהאט נישט אויסגעקיקט נאטירליך, אדרבה קוק עס איבער.

דא האסטי אפאר אויסצוגן וואס AI האט מיר געהאלפן מאכן, צי כאפן אביסל וואס איך מיין


"For us, for me growing up, it was never like... nobody was a stigma. Nobody was different. We were all beautiful, amazing people, and any rabbi, any leader was always extremely respected by my parents, no matter which sect and which part of Judaism."


"We have to look at it this way. When it comes to the Jewish world, we don't have advertisements like Coke and Nike, and within the community, most billboards will not be about the big worldwide companies. So, advertising by us is a huge, huge market because we create not only the advertisement but we create the platform as well, so you have newspapers and you have magazines, and it's all for the community by the community."


"Avos V’bonim literally translates into Fathers and Children, which is on every Saturday night in almost every synagogue in the tri-state area and probably worldwide by now, there is a program for fathers to come learn with their children, which is a beautiful, beautiful thing. They sit there, they go over their, you know, whatever they learned in school that week. Some bring along their homework and they do it over there with their parents. Some just do their own thing. Some do a special thing that they learn every week. And it's beautiful. It’s one of the most amazing things probably that was discovered within the community. And today's days, literally every single synagogue has that, has some kind of a program, and then they raffle out prizes, and certain places give pizza for the kids or some Danishes or whatever it is that they give them, some kind of snack or food or whatever it is."


"I really enjoyed my upbringing, and I really enjoyed my life from whenever I can remember myself."


"The community gives you a chance also. If someone comes out and says, 'I want to sing and I want to become a singer,' if he has one wedding and he sings one wedding and he's pretty decent, or he gives out a single and he's pretty decent, chances are he will get picked up. It's a lot easier in the world of talent, especially within the community."


"I really enjoyed the positivity that's going on your channel, especially talking about the Hasidic community, which is why I came on and we did this interview because it's important for people outside of the community as well to kind of learn what's going on within the community

."
 
אין סאציאלאגיע איז דא א באוויסטע 'טיפינג פוינט' וואס געשעט ווען א באדייטענדע פערצענט פון א סאסייעטי/גרופע האט אדאפטירט א געוויסע נארם אדער ביהעיוויאר און פון דארט ווערט עס שוין אטאמאטיש פארשפרייט צום גאנצן גרופע (אנגענומען צו זיין ארום 25 פערצענט).
ליפא שמעלצער אדער MBD זענען טאקע א גוטע דוגמא אהער, ווי זיי זענען געווען אפגעפרעגט אין אנפאנג און קוק נאר היינט וויאזוי מ'נעמט זיי אן.

ווידעא האט געהאט אן ענליכע דזשערני.
פאדקעסטס איז יעצט דארט.

רעדן מיט פרויען, LGBT, עוואלוציאנערע טעאריע, און ביקורת המקרא גייען נאכקומען.. עס קען אבער נעמען היבש צייט.

וואס יא, ס'קען קומען א שטארקע ווידערשטאנד אפי' נאך די טיפינג פוינט, LGBT איז א ביישפיל אין די אלגעמיינע וועלט ווי מ'זעט יעצט אז די רעכטע פראבירן אסאך צוריקצודרייען אין דעם הינזיכט. אבער דאס איז אויך נארמאל און א חלק פון פראגרעס, צוויי טריט פאראויס איינס אויף צוריק וחוזר חלילה..
 
עס ליינט זיך ווי א אידישקייט ארטיקל וואס טרייבט ליצנות פון די געוויסע וואס טוען די סארט זאכן.
ביסטו א שרייבער דארט?
 
ס'מיר געווען זייער פאני וויפול מאל ער האט גערעדט אזוי הייס פון די קאמיאנעטי...
וואס דען זאל ער טון, רעדן אנטקעגן די סיסטעם, איגנארירן פון רעדן? ער דארף דאך רעדן עפעס וואס זאלן פארדעקן די א.ג. עוולה וואס ער טוט… משוגע זאל ער זיין דאס נישט ציטאן…
 
לעצט רעדאגירט:
אמאל פלעג איך האלטן אז דו ביסט גערעכט אז די סיסטעם צופאלט שוין פאר אונזער אויגן .

פאר צען יאר ציריק ווען קאווע שטיבל איז געווען בתוקפו און פאליש איז געווען בתוקפו האט אויסגעזעהן ווי די סיסטעם האלט זיך אן אויף הינער פיס אבער היינט האלט איך אז די דור ווערט נאר מער פארמאכט ביי די דעי און סגייט נישט און ערגעטץ
דאס האב איך געשריבן נישט לאנג צוריק אויף קאווע שטיבל:

"
איך פלאג מיך שוין לאנג מיט אט די חקירה:

פון איין זייט שטייען די אינגעליייט פון וועלכע די רעדסט, און לעכצן פאר טויש
פון די אנדערע זייט שטייט די סיסטעם

מי נדחה מפני מי?

הוי אומר יחיד נדחה מפני רבים!

דהיינו:

בעצם טראכט איך אסאך מאל אז ס'מוז זיין אז צום סוף (ווען???) וועלן די רעבעלן און די טויש-לעכצער געווינען, און די סיבה דערצו איז איינפאך:
מיר האבן די יצר הרע אויף אונזער זייט!
מיר האבן די אינטערנעט אויף אונזער זייט.
מיר האבן די נאטורליכע נייגער און ווילן פון א מענטש צו זיין נארמאל און ראציאנאל אויף אונזער זייט.
מיר האבן קאמאן סענס אויף אונזער זייט.

בקיצור: מיר זענען אסאך בעסער אויפגעריסטעט מיט טכסיסי מלחמה אינעם קאמף פאר טויש.

דא קומט דער ''אבער'' און טאקע א גרויסער "אבער":
די אלע אנגעווייטאגטע אינגעלייט גייען נישט געבוירען האלב אזויפיל קינדער וויפיל דער חאניאקישער פאנאטישער אינגערמאן האלט אין איין געבוירן! דער 'פן ירבה ונוסף גם הוא על שונאינו ונלחם בנו' ווערט פארווירקליכט אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט! ששה בכרס אחד...

דעריבער דער אנגעווייטאגטער אינגערמאן בלייבט זיך מיט זיינע 2 קינדער , וואס באדייט אז זיין דעמאגראפיע וואקסט נישט, ווידעראום דער פאנאטישער נעמט נקמה אין די נאצי'ס און פרוכטבארט זיך אויף א מאסשטאבליכע פארנעם. און ער ערציט דאך זיינע קינדער צו שטיצן און ליב האבן דעם סיסטעם, און אפילו עטליכע פון זיינע קינדער וועלן אביסל ארויסקאלערן, דאך וועלן א מערהייט פון זיי אויסוואקסן אלס פאן טרעגער פונעם סיסטעם, דאס מיינט אז מיר זענען OUTMANNED!!!

דעריבער איז זייער שווער אדער זאגאר אוממעגליך ‎פארצושאצן ווער עס וועט זיגן אין אט דעם קאמף:
דער מיט מער GUN'S, אדער דער מיט מער סאלדאטן?
תיקו

נ.ב. איי וועסטו פרעגן וויאזוי איז מעגליך אז ביי די גוים זעהט מען דאך אז די ליבעראלע און לינקע באוועגונג וועלכע זענען פאר פאפולאציע קאנטראל, און זיי טוען געבוירן גאר ווייניג קינדער (אפילו ווייניגער פון 2) וויאזוי זענען זיי sustainable?

די תירוץ איז זיי האבן נאך א וואפן: עדיוקעשן (ליין: INDOCTRINATION), זיי האבן קאנטראל אויף די מוחות פון די אינגווארג אנגעהויבן פון סקול באורדס, און געענדיגט ביי סאושל מידיע עפפס און גוגל, אלעס איז קאנטראלירט ביי די ליבעראלן, דעריבער איז דאס גענוג שטארק צו אריבערציען גענוג אסאך קינדער פון די פאנאטישע לאגער, משא"כ ביי אונז חסידים האמיר נישט קאנטראל אויף עדיוקאציע, ודא עקא"
 
לעצט רעדאגירט:
די שאלה איז צו עס וועט איינטאג זיין נארמאל פאר א איד מיט בארד און פיאות צו קענען טאן וואס אימער ער וויל, און דאך זיך טרעפן דאס פלאץ ״בקרב מחניינו״.
איך פארשטיי נישט דיין וויזשען איבערן מהות פונעם מחנה… וואס וועט עס לשיטתך צאמהאלטן?
 
קרעמל איז מיין גרעסטע ראיה אז חרדיזים בומט אוועק

מ'האט זיך לעצטנס אויפגעטון אז מ'איז שוין אנגעקומען אז ס'איז דא ארום זיבעציג מענטשן אויפן סייט אינמיטן טאג, דאס איז די איינציגסטע אויפגעקלערטע אידיש רעדנדע פארום.

אייוועלט האט סאך סאך מער מענטשן וואס וויזיטן דארט, און ס'איז דא אידטיש אויך, אייוועלט בומט אוועק, און קרעמל האט זיך א אויסגעקראצטע אודיענס.

און דאס איז שוין אן די מענטשן וואס וואלטן דארט געווען נאר זייערע פילטערס עפענען נישט אייוועלט אדער האבן נישט קיין אינטערנעט בכלל, און דאס איז נישט שייך ביי קרעמל אידן.

אודאי איז דא אסאך טויש אין די פרומע קאמיוניטיס, אבער די גרויסע ריזיגע טשעינזשעס וואס מענטשן דא חלומען איז נישט דא.

איך זע אז לייביש הכהן האט אין זיין פאנטאזיע קאמיוניטיס פון פרייע מיט אויפגעקלערטע אז ס'איז לעבעדיג... אין זיין דמיון איז די גאנצע חרדישע ציבור אויפן שוועל פון אונטערגאנג, ווייל דער עולם לייענט זיינע ליצנות אויף טעלעגראם...

קוק וויפיל מענטשן שטייען און שאקלען זיך אויף די פארענטשעס ביי די אדמורים'ס הקפות.
 
אייוועלט בומט אוועק, און קרעמל האט זיך א אויסגעקראצטע אודיענס.
קרעמל איז נישט די אינדיקעיטאר -די סיגניפייער- פון דעם ספעציפישן טראנספארמאציע. כלל ישראל ווערט נישט יעצט אויפגעקלערט, און זיי גייען נישט אזוי שנעל ווערן פארוואנדלט אין 'קרעמל אידן'.
ס'איז טאקע אויף אייוועלט אליין ווי די טויש געשעט. די אומצאליגע פאדקעסטס, די בליק אריין אין די וועלט וואס עס געבט, די שפרונגברעט צו יוטוב וואס עס שטעלט צו, און די אפענקייט צו די אינטערנעט - צו סאציאלע מידיע - וואו די טויש ליגט!
 
קרעמל איז מיין גרעסטע ראיה אז חרדיזים בומט אוועק

מ'האט זיך לעצטנס אויפגעטון אז מ'איז שוין אנגעקומען אז ס'איז דא ארום זיבעציג מענטשן אויפן סייט אינמיטן טאג, דאס איז די איינציגסטע אויפגעקלערטע אידיש רעדנדע פארום.

אייוועלט האט סאך סאך מער מענטשן וואס וויזיטן דארט, און ס'איז דא אידטיש אויך, אייוועלט בומט אוועק, און קרעמל האט זיך א אויסגעקראצטע אודיענס.

און דאס איז שוין אן די מענטשן וואס וואלטן דארט געווען נאר זייערע פילטערס עפענען נישט אייוועלט אדער האבן נישט קיין אינטערנעט בכלל, און דאס איז נישט שייך ביי קרעמל אידן.

אודאי איז דא אסאך טויש אין די פרומע קאמיוניטיס, אבער די גרויסע ריזיגע טשעינזשעס וואס מענטשן דא חלומען איז נישט דא.

איך זע אז לייביש הכהן האט אין זיין פאנטאזיע קאמיוניטיס פון פרייע מיט אויפגעקלערטע אז ס'איז לעבעדיג... אין זיין דמיון איז די גאנצע חרדישע ציבור אויפן שוועל פון אונטערגאנג, ווייל דער עולם לייענט זיינע ליצנות אויף טעלעגראם...

קוק וויפיל מענטשן שטייען און שאקלען זיך אויף די פארענטשעס ביי די אדמורים'ס הקפות.
אקעי אבער וויזוי האט די וועלט אויסגעזען צען יאר צוריק? פינף יאר צוריק? צוויי יאר צוריק?

א בחור פון 14 יאר איז היינט די מאסט נערמאלע זאך א סעלפאון. (איך האב נאך אין יענע יארן געוויינט פאר א mp3 אן ראקבאקס!)
די עדזש וואטסעפפ עפנט זיך שוין ביי די 16 (אינז האבן אנגעהויבן ביי די 19)

וכו' וכו'.

די היינטיגע בחורים און אינגעלייט אונטער 25 זענען אין א אנדערע דור פון די עלטערע, אפילו קיינער ווייסט נישט פון קרעמל
 
אקעי אבער וויזוי האט די וועלט אויסגעזען צען יאר צוריק? פינף יאר צוריק? צוויי יאר צוריק?

א בחור פון 14 יאר איז היינט די מאסט נערמאלע זאך א סעלפאון. (איך האב נאך אין יענע יארן געוויינט פאר א mp3 אן ראקבאקס!)
די עדזש וואטסעפפ עפנט זיך שוין ביי די 16 (אינז האבן אנגעהויבן ביי די 19)

וכו' וכו'.

די היינטיגע בחורים און אינגעלייט אונטער 25 זענען אין א אנדערע דור פון די עלטערע, אפילו קיינער ווייסט נישט פון קרעמל
❤️‍🔥🥳😍
 
קרעמל איז נישט די אינדיקעיטאר -די סיגניפייער- פון דעם ספעציפישן טראנספארמאציע. כלל ישראל ווערט נישט יעצט אויפגעקלערט, און זיי גייען נישט אזוי שנעל ווערן פארוואנדלט אין 'קרעמל אידן'.
ס'איז טאקע אויף אייוועלט אליין ווי די טויש געשעט. די אומצאליגע פאדקעסטס, די בליק אריין אין די וועלט וואס עס געבט, די שפרונגברעט צו יוטוב וואס עס שטעלט צו, און די אפענקייט צו די אינטערנעט - צו סאציאלע מידיע - וואו די טויש ליגט!
קרעמל איז טאקע נישט די איינציגסטע אינדיקעיטאר, אבער א שטיקל אינדיקעיטאר איז עס.

ס'איז זיכער אז די חרדישע ציבור איז דורך גרויסע טשעינזשעס אזא שטילערהייט אונטער די נעזער פון די רבנים.

אבער פון דאס ביז די חלומות פון לייביש הכהן פון קהילות פון חברה וואס לאזן אפ די חרדישע סיסטעם איז מען מיילן ווייט.

והא ראיה, אז די ציבור אויף אייוועלט און די ציבור וואס הערן קרעטשמע האטליין, וואקסן סאך שנעלער ווי די יו טוב קוקערס.
 
קרעמל איז טאקע נישט די איינציגסטע אינדיקעיטאר, אבער א שטיקל אינדיקעיטאר איז עס.

ס'איז זיכער אז די חרדישע ציבור איז דורך גרויסע טשעינזשעס אזא שטילערהייט אונטער די נעזער פון די רבנים.

אבער פון דאס ביז די חלומות פון לייביש הכהן פון קהילות פון חברה וואס לאזן אפ די חרדישע סיסטעם איז מען מיילן ווייט.

והא ראיה, אז די ציבור אויף אייוועלט און די ציבור וואס הערן קרעטשמע האטליין, וואקסן סאך שנעלער ווי די יו טוב קוקערס.
וויזוי דארף די נייע דור צו הערן פון קרעמל?
איך האב אמאל געזען א וועקער אינדערהיים סאו ווען כ'אב באקומען עקסעס האבעך געוויסט צו זיכן 'קאווע שטיבל' אבער ווער אינטער 20 ווייסט צו זאגן דערפון (נעם אין אכט %70 אייוועלט איז אינטער 25 און %99 קרעטשמע אינטער 18)
 
וויזוי דארף די נייע דור צו הערן פון קרעמל?
איך האב אמאל געזען א וועקער אינדערהיים סאו ווען כ'אב באקומען עקסעס האבעך געוויסט צו זיכן 'קאווע שטיבל' אבער ווער אינטער 20 ווייסט צו זאגן דערפון (נעם אין אכט %70 אייוועלט איז אינטער 25 און %99 קרעטשמע אינטער 18)
גיי טשעק דיין דאטא, בנוגע 70 פראצענט פון אייוועלט קען זיין, אבער דו וועסט זיין סורפרייזט וויפיל טאטעס מיט גראבע קנאבל בערד הערן אויס קרעטשמע און בחצרות האטליין, סאך מער ווי איין פראצענט.
 
וויזוי דארף די נייע דור צו הערן פון קרעמל?
וואס הייסט וויאזוי? פון אייוועלט הערן זיי יא?

נו, דאס זאג איך דיר, רוב אינגעלייט ווייסן ניטאמאל צו זאגן אזא סייט, און די מער ברייטערע וואס ווייסן שוין יא ווייסן אז ס'איז אסור בתכלית און פאלן נאר אריין שטילערהייט ווען ס'איז דא א מארקאוויטש ראבינאוויטש פרשה.

דאס איז דאך די טענה, אז די חרדישע וועלט בומט אוועק אז מ'פרייט זיך אז ס'מאכט זיך זיבעציג מענטשן אויף קרעמל פון די הונדערטער טויזנטער אידיש רעדנדע אינגעלייט, דאס ווייזט ווי חרדיזים שטייט.
 
מ'פרייט זיך אז ס'מאכט זיך זיבעציג מענטשן
דו באציסט זיך צו מיין תגובה אין "מזל טוב" שנירל.

די פרייד איז נישט געווען אויף זיבעציג. די פרייד איז געווען אויף די טרענד ארויף...

אייוועלט איז שוין אפן באלד צוואנציג יאהר!
לייג עס קעגן אידטיש... וויפיל מיינסטו זענען אויף אידטיש וואס די פילטער לאזט שוין יא דורך? נישט מער ווי צוויי דריי הונדערט.

איך מײן דער עולם זיצט פשוט אויף וואטסעפ און סאושעל מידיא. והא ראי' אז די היימישע מוזיק ווידעאס און פאדקעסטס האבן צענדליגער טויזנטער וויוס. א פארום איז נישט געמאכט, נאר פאר שרייבער און טראכטער וואס דארפן א פלאץ צו שרייבן און ליינען...

אויך דארפסטו אין אכט נעמען אז די עיקר פארוואס אייוועלט יא און דא נישט איז אין מיינע אויגן פשוט ווייל די פילטערס לאזן נאר יענץ. ווען נישט וואלטן זיך אסאך אינגעלייט און בחורים נישט געקענט איינהאלטן.
 
אויך דארפסטו אין אכט נעמען אז די עיקר פארוואס אייוועלט יא און דא נישט איז אין מיינע אויגן פשוט ווייל די פילטערס לאזן נאר יענץ. ווען נישט וואלטן זיך אסאך אינגעלייט און בחורים נישט געקענט איינהאלטן.
ביסט גערעכט מיט אלע תירוצים, אבער למעשה האבן אינגעלייט פילטערס ווייל רוב אינגעלייט שיקן אין די מוסדות און מ'דארף זיך צושטעלן צו די סיסטעם, ווייטער זיגן די חרדים...
 
כ'קען מער ווי איין אזא גרופע.

אונטער יעדער קל ליגט א באהאלטענער כופר.
אונטער יעדער (אויפגעקלערטער) כופר ליגט א מאטיוואציע פון לאז מיר לעבן (והיינו קלות).
דערמאנסט מיר עפעס וואס דאכט זיך אז די מעשה איז געווען ביי איינע פון די ליובאוויטשע רבי'ס
וואס איינער וואס האט זיך אנגעגעבן אלס א כופר האט אים געפרעגט פיל קשיות אויף די אמונה
האט אים דער רבי געענטפערט די אלע קשיות זענען נישט קשיות
עס איז בלויז תירוצים
לעניננו אויב דו ביסט אין א קאמיוניטי וואס קיינער קאנטראלירט דיר נישט נישט וואס דו עסט טרונקסט אדער אפילו שלעפסט וואו רבי לייבוש שרייבט.... וואס פונקטליך שטערט דיר דער אייבירשטער.... אויב דו ביסט אויפגעוואקסן מיט טראמא פארשטיי איך דיר און געדענק איך דזשאדזש דיך נישט....
 
די לעצטערע יארן הערט מען כסדר פון רבנים, מחנכים, און משפיעים, אזעלכע אויסדריקן ווי:

אמאל האט מען נישט געהערט אזוי פיעל צרות,

אמאל האט מען נישט געזעהן אזוי פיעל גיטין,

אמאל האט מען נישט געזען אזוי פיעל יונגע בחורים פארן אפ פונעם יודישן וועג.


״כהנה וכהנה״ אויסדריקן איבער דעם אמאל און היינט.

פארשטייט זיך אבער אז פאר אלעס האבן זיי א תירוץ…

ווי געשריבן אבער אינעם ארטיקל פון ״פרשת יואלי פארוואס האט דאס פאסירט״, די משל פונעם קינד וואס קומט אין חדר טעגליך שפעט, יעדעס מאל מיט אן אנדערע תירוץ, ביז איינטאג זאגט אים די רבי; משה תירוצים האב איך געהערט פון דיר גענוג, אבער יעצט זאג מיר דעם אמת…

לעניינינו: די אמת איז פשוט, אמאל איז כלל ישראל געווען א קליין געמיינדע, וואס בדרך הטבע פראצענטועל האבן אזוי פיעל בחורים נישט געקענט ארויס פאלן ווי היינט, דאס זעלבע איז מיט גיטין, צרות וכו.
ווי גרעסער כלל ישראל ווערט, אלץ שוואכער ווערט דאס קאנטראל, און אלץ גרעסער ווערט די אויסוואל וואספארא סארט לייף סטייל צו לעבן.

כ׳האב לעצטנס געטראפן א איד וואס האט פארלאזט די היימישע געמיינדע פאר בערך 16 יאר צוריק, ער איז דאן געווען יונג און היבש ריבעליעס. זאגט ער מיר אז די קאמיונעטי וואס ער האט פארלאזט, איז בכלל נישט די חסידישע קאמיונעטי וואס עגזעסטירט היינט.
דהיינו: היינט איז אפיציעל דא א אידישע יוטוב מיטן נאמען ״אידיש 24״, ווי יעדער קען ארויף קומען פאוסטען זיין קריעיטיוועטי ווילאנג די ווידיאוס קומען נאך ״שמירת עניים סטאנדארטן״… אבער די עצם איסור אז ווידיאו איז א פראבלעם, איז ווי אויסגעמעקט געווארן אינגאנצן…!

אידישע מאווי פראדוסער, נישט נאר וואס זיי באקומען היינט ציטאגס נישט קיין היץ אדער פארשקעווילן, נאר די געמיינדע געבט זיי די געפיעל וואספארא מצווה זיי טוען מיטן אהערשטעלן א.ג. כשר׳ע אינטערטעימענט…

היינטיג צייטן זענען חתונות אפיציעיל א נאכט-קלאב מיט לעקטער און dj מיוזיק, גארנישט אנדערשט ווי דעם גוי…

שידוכים האט מען שוין געבראכן מיטן נייעם דעיטינג איווענט וואס רופט זיך ״בשאו-אפּ, ספציעל געאייגנט בלויז פאר מענטשן פונעם חסידישן אפשטאם.

חסידים שעמען זיך מער נישט אויפציטרעטן מיט פרעמדע פרויען אין פובליק.

דראגס איז שוין איינגעגסן אין פילע בתי מדרשים.

אין די אומגעגנט פון מאנסי, מאנרוי, און אין פילע אנדערע פלעצער וואס איז נישט די סענטער פון א קהילה, לעבן פילע אידן מיטן ״בשרירות לבי אלך״… א גרויס חלק דערפון היטן פאר זיך נישט גארנישט, און טוען בלויז די מינעמום צוליב פרעשער פון די קינדער/מוסדות.

די לעצט פארבליבענם מויער איז, אז מיר זענען געוואוינט צו האבן אסאך קינדער און צאלן ביליג ״שכר לימוד״, אזאך האלט צוריק פילע פון עפענען פריוואטע מוסדות, צוליב די גאר טייערע קאסטן vs פעקטארי מוסדות, א שטייגער ווי; סאטמאר, וויזניץ, באבוב, וכו.

די גוטע נייעס איז, אז בירט קאנטראלל איז היינט נארמאל ביי חסידים, א ריזיגע עולם מאכט מער נישט קינדער מיט די ציפערן ווי אמאל… ממילא, די פראבלעם פון מוסדות איז ווי די שטרוי אויפן קעמל וואס גייט אין די פיוטשער מער קיין פראבלעם נישט זיין…

אונטערשטע שורה: צו לעבן א פרייע לעבן צווישן חסידים איז היינט גרינג ווי קיינמאל ביפאר, ווייל ווי געזאגט א שפאן ארויס פונעם קוגעל קענסטו לעבן כמעט אינגאנצן פריי ווי אזוי דו ווילסט, און האבן א סביבה וואס דזשאדזשד דיר נישט.

ממילא פירט אויס דער איד, אז ווען זיין געשיכטע שפילט זיך ווען אפ היינט ציטאגס, קען ער בכלל נישט זאגן אז זיין באשלוס וואלט געווען צו פארלאזן די געמיינדע.

צום שלוס: די ״מאוומענט פון פרייע חסידים״ איז עפעס וואס איז שוין א ריעלעטי, און וואקסט פון טאג צו טאג, מיט מערערע וואס דזשוינען עס. די זאך איז נאר אז עס האט קיינמאל נישט באקומען אן אפציעלע נאמען מיט א מנהיג וואס שטייט ״בראש״, א שטייגער ווי ״יודושיסטען״, ״ציוניזעם״, וכו. פארט אבער איז די טאג נישט ווייט וואס חסידים וועלן אפציעל מאכען באטעס, זיך שאקלען מיטן פייער פלאם אויף ״קה אכסוף״, און דערנאך כאפן א ציגרעטל אינדרויסן… (קליין גערעד) אדער ארויס געבן חסידישע מאוויס און בכלל נישט דערמאנען ״גאט״ אדער ״תורה״ דערינען, אויסער פאר לצנות פּערפּעסעס אנלי…
זייער א שיינע ארטיקל איך בין מסכים מיט רוב זאכן
אבער איך וועל צולייגן מיינע צוויי צענט
ערשטנס
די בעשוי אפ זאך איז נאך ביזדערווייל אין די גאר פריע שטאפלען ...... איך פאלג נאך מיט שפאנונג איך האף אז עס וועט זיך אויסארבעטן ואכהמ"ל... וכו וכ'ו
אזוי ווי עס איז דא א באזודערע שנירל האף איך צו מסביר זיין מער באריכות ודו"ק..
צווייטענס
די זאך מיט די בירד קאנטראל איז אויך נישט אזוי פשוט איך וועל נישט אריינגיין אין לאנגע הסברים אבער עס איז נישט אלע און עס ווענדט זיך ווער עס בעט עס און וויאזוי ... און דאס איז האט אויך גענומען זייער לאנג ביז מענטשן האבן אנגעהויבן כאפן וואס דא גייט פאר וואס וואו באקאנט איז קינדער פון צעטיילטע שטובער לעגיטימע יתומים/יתומות .... און ווי באקאנט איז ביי גיטין דאס די ערגסטע... על כל פנים האבן די רבנים מיט עסקנים און סיקייעטריסטן וואס דילען מיט די אלע מענטל קעיסעס באשלאסן אז עס וועט זיין גרינגער פאר זיי ממילא נוצט מען מער אבער אויך נישט ווייל מען איז מער אפן וכו וכ'ו.......
 
Back
Top