ברעיקינג 👀

אויב איינער קען מסביר זיין
גייט דער טזשעינדש שפילו עני ראלע? וועם איז עס נוגע? איז עס לטובת איינעם? מדינת ישראל? אמעריקא?

דא האסטו
View: https://www.youtube.com/watch?v=-3KveKla_24


און דא א צווייטע בליק
View: https://www.youtube.com/watch?v=g4LNmKQi8oo


בד"וו די ביידע channels זענען זייער גוט פאר איינער וואס וויל וויסן וועגן די מלחמה סאיז זייער אינפארמאטיוו און שטעלן ארויף יעדן טאג נייע content
 
ברעט קאאפער פון די דעילי ווייער פארלאזט איר פאזיציע אלס די האוסט פון די קאמענט סעקשאן.

ברעט האט במשך די דריי יאר וואס זי האט געארבעט פאר די דעילי ווייער באוויזן אנצוזאמלען פיר אהאלב מיליאן סובסקרייבערס, די סיבה פון איר אוועק גיין איז פארשטייט זיך אומקלאר.
 
לעצט רעדאגירט:
\
בען שפירא האט געדעקט די מעשה מיטן שיסער פון ברייען טאמפסאן דער געוועזענע טשיפ עקזעקיוטיוו אפיציר פון די גרעסטע העלט אינשורענס קאמפאני,
און זיינע צוקוקער גלייכן אינגאנצן נישט זיין שטעלונג און זענען אלע קעגן אים!! איך דריי זיך אין די קאמענטארן צו הערן אינטערסאנטע באמערקונגען פון דאקטורים/פאציענטן וואס האבן א פלאץ יעצט אויסצוגיסן זייער כעס קעגן די קארופטירטע גרויל פון אמעריקאנע סיק-קעיר און פשוט זיינע אייגענע רייסן אים אראפ איינס ביי איינס. מיט טויזנטער לייקס פער שטעך!

דער האט פשוט אנגעזעצט.
די ציבור זאגט אים אין קורצן: דו ביזט out of touch אונז זעמיר מער פאראייניגט ווי קיינמאל בעפאר, און דו מאכסט עס וועגן לינקע... bla bla bla טיפיקל דיווייסיוונעס.

ער מאכט עס קלערלי פאליטיש שטופט די אויסגעדראשענע נאנסענס איבער ווי געטראפן די פריוואטע קאמפאני'ס זענען נעעבעך... קוק אויף קענעדע. פאקן קליין קינד מכת שחין...

ווי געווענליך און דא דערמאנט מען זיך שנעל פון מענטל אילנעס זיך צו כשר'ן, ווען דאס איז א צודרייטע עטישע שמועס געמישט מיט ווייטאג אויף א אנטשעקד קעפיטליזם סיסטעם אנשטאט דעם איז ער ביזי ארויסהייבן אז דער לואיגי מאנדזשיאני האט גענומען שעדליכע אייאאסקא - בעצם וואלט ער דאך געדארפט זיך קאכן אין א הייסן נשמת... און נישט א ווידיא געים... וואס טאקע דאס איז די פראבלעם פויי...

ליינט עס דורך, ס'איז צוקער צו זעהן מענטשן ווי אים יעצט פרובירן צו זיין מאראליש קעגן מערדער און זעעהן אויס ווי די גרעסטע דאמי'ס, ווען מר. טאמפסאן עליו השלום איז בעצם א מאסן מערדער, נאר ווי טראמפ, רייכע עליטע האבן נישט די זעלבע געזעצן... ווילאנג מ'האט די ווייסע בארד--כ'מיין די סוט און טיי איז מען א צדיק און א גוטער... א כיטרע סייקאפעט דער מערדער...

טאקע דאס איז זיין פוינט!

עד כדי כך פאר ווער עס האט נאכנישט געזעהן, די יונייטעד העלטקעיר האט ארויסגעלייגט אזא טרייסט מעסעדזש און 77 טויזנט מענטשן האבן מקיים געווען ואבד רשעים רנה

אויך האט מיר אויפגערעגט די חוצפה פון א kars for kids ad אינמיטן זיין באריכט, א פירמע וואס מענטשן האבן גרויסע טענות אלס עטיקס ווי די דאונעישנס גייען...
 
לעצט רעדאגירט:
מארק זוקערבערג האט נעכטן פראקלאמירט אז זיין קאמפאני מעטא/פעיסבוק וועט אויפהערן מיט די אפציעלע 'פעקט טשעקינג' מהלך (אין די פאראייניגטע שטאטן), וויבאלד עס האט פארמינערט טראסט אינעם פלאטפארמע אנשטאט עס הייבן.

ווי ער זאגט גייט די קאמפאני זיך רוקן צו די זעלבע דיירעקציע וואס X האט גענומען, און ער גייט איינפירן 'קאמיוניטי נאטס' אנשטאט די 'פעקט טשעקינג' סיסטעם וואס איז געווען ביז יעצט, אזוי אויך גייט ער איינפירן נאך טוישונגען, צו פארבעסערן דאס פרייהייט פון ווארט אויף זיין פלאטפארמע.



פארשטייט זיך די לינקע רודערן ארום דערוועגן, און די ארגומענטן אויף ביידע זייטן זענען נישט קיין נייע.. עס איז נאר אינטרעסאנט צו אבזערווירן די שיפט אין די פאוער דיינעמיקס, וואו די רעכטע שטומעס און געדאנקען ווערן שטערקער און מער מאכטפול יעצט - נאך וואס טראמפ האט געוואונען, און די לינקע מיט זייערע אגענדעס האבן פארלוירן קראפט צוריקצושטופן דערויף.



אויף די עצם נושא פון פרייהייט פון ווארט אויף סאשעל מידיע האב איך איין זאך צוצולייגן. עס איז אמת אז ריינע פרייהייט פון ווארט נעמט אריין די רעכט צו זאגן/שרייבן סיי וואס אומער, זאל עס זיין ביגאטרי, ראסיזם, ליגנט, מיסאינפארמאציע, קאנספיראציעס, העיט ספיטש, אינפלאמיטארי לענגוועדזש, אויפרעגן און באליידיגן מענטשן, וכל מרעין בישין.
די טעות איז נאר צו האלטן אז דאס איז די פראבלעם פון סאשעל מידיע.
די עכטע פראבלעם (לדעתי) ליגט נישט אין דעם אז מענטשן גייען זיך צולאזן און זאגן מאדנע זאכן, די פראבלעם איז אז די אלגאריטם פון די סאשעל מידיע פלאטפארמעס, און די אלע באטס וואס זיי שטעלן דארט ארויף, דאס איז אנגעשטעלט ארויסצוהייבן די אלע סארט נושאים און פאסטס. די אינסענטיוו צו מאכן געלט און די 'יוזער ענגעידזשמענט' סיסטעם איז בכוונה אויסגעשטעלט צו עמפליפייען העיט ספיטש און קאנספיראציעס, אזעלכע זאכן וואס רעגן אויף מענטשן און וואס מאכט מענטשן מורא האבן - דאס זענען אקוראט די צוויי געפילן וועלכע מאכן מענטשן צוגעקלעבט צום סקרין, און דארט ליגט די הינט באגראבן.
עס איז איין זאך ווען מענטשן קענען זאגן וואס זיי ווילן - און אנדערע הערן זיי יא אדער נישט אויס, און עס איז אינגאנצן א צווייטע באל-געים ווען די גאנצע סיסטעם איז אויסגעשטעלט צו געבן דעם העכסטן מייק פאר אזא איינער - וואס דאס אליין ברענגט מער און מער מענטשן עס צו זען און נאכמאכן...

ס'זאל מיר נישט קיינער שרייען פרי מארקעט און פרי ספיטש בעת וואס אלגאריטם'ס זענען נישט קאנסטיטוציאנאל בארעכטיגט צו קיין ספיטש בכלל, און מיט אזא סיסטעם איז די גאנצע ספיטש אנגעדרייט און בכלל נישט 'פרי'...
 
אינטערעסאנט אז דאס איז נאכנישט געברענגט דא אין קרעמל.

טראמפ האט זיך צעלאזט און אנגעהויבן בונטעווען מיט פעדעראלע פראגראמען. דערווייל הערשט נאך א צעמישעניש אויב און וויפיל עס וועט אפעקטירן מעדיקעיד און פ.ס.

אויפן מאמענט האט א ריכטער געלייגט א סטעי.
 
אינטערעסאנט אז דאס איז נאכנישט געברענגט דא אין קרעמל.

טראמפ האט זיך צעלאזט און אנגעהויבן בונטעווען מיט פעדעראלע פראגראמען. דערווייל הערשט נאך א צעמישעניש אויב און וויפיל עס וועט אפעקטירן מעדיקעיד און פ.ס.

אויפן מאמענט האט א ריכטער געלייגט א סטעי.
View: https://twitter.com/KolHaolam/status/1884316308298424350
 
דער ירום הודו פון די פאראייניגטע שטאטען און עזה, האט היינט דערקלערט אלץ ״גאלף אוו אמעריקא טאג״.
און דאס איז געוועהן בבחינת עולם שנה נפש, ווייל די דעקלעראציע איז געוועהן בשעת׳ן פליען איבער אט דער גאלף אוו אמעריקא, בו בזמן וואס דער פילאט האט אויסגערופען אז מען פארט יעצט איבער דעם גאלף אוו אמעריקא.
וויל מען בעיטען אלע חברי הקרעמל זאל אנטוהן א ווייסע העמד לכבוד די יומא דפגרא.
די עסקנים בעטען די עולם זאל ווארטען מיט געדילט ביז די חסידישע ספרים וועלן טרעפן רמזים צום הייליגען יום טוב, און די באבאס וועלן טרעפן אויף וואס דער הייליגער טאג איז מסוגל.
(יודעי דבר זאגן אז רביה״ק השלישי האט געזאגט גאלף אוו מעקסיקא בשם ומלכות, אן זאגען בשכמל״ו און ער איז נישט געשטארבען. וואס דאס ברענגט אריין א צווייפעל אין די לעגיטימאציע פון טראמפ׳ס פרעזידענטשאפט)

ביים קונה שביתה זיין
IMG_1757.jpeg
 
לעצט רעדאגירט:
איך ווייס נישט צו לאכן צו וויינען.

ווען די נער איז נישט מיינס וואלט איך אויך געלאכט.

אז מ'רעדט שוין ס'איז שוין דורך די ערשטע טאג?
איך ווארט פשוט אז די פרייזן זאלן אראפ, און אז די מלחמה אין אוקריינא זאל קומען צו אן ענדע.

די גאלדענע עידש פון אמעריקע האט זיך אנגעהויבן...
איך קען קוים ווארטן זאל זיך ענדיגן. 😢
 
פריים מיניסטער נתניהו:

מיר האבן נארוואס פארענדיגט א 4 שעה קאבינעט זיצונג, אלע האבן אויסגעדרוקט די שרעקליכע צושטאנד אין וואס די 3 באפרייטע משכונות דאס שבת האבן זיך געפונען.

מיר האבן אויך אויפגענומען די טראמפ פארשלאג אז חאמאס זאל באפרייען אונזערע משכונות ביז 12:00 שבת, ווי אויך די טראמפ רעוועלאציענערע וויזיע אויף עזה.

אין ליכט פון די חאמאס ברעכונג פון די פייער אפשטעל האב איך פארארדענט די מיליטער נעכטן נאכט צו מאביליזירן ארום און אין עזה.

"אונזערע החלטה וואס איז געזאגט געווארן צוזאמען פה אחד איז: אויב חאמאס קערט נישט צוריק די משכונות שבת נאכמיטאג, איז די פייער אפשטעל פארענדיגט, און די מיליטער גייט צוריק צו א מאכטפולע מלחמה אויף ביז חאמאס איז פארטיג"
 
Developing story:
א צאל באמבעס האבן אויפגעפלאצט אויף ליידיגע באסעס אין מדנ"י און נאך א צאל זענען געטראפן געווארן. ב"ה, דערווייל קוקט אויס ווי מען האט עס געכאפט באצייטנס. באסעס און באנען זענען אפגעשטעלט איבערן גאנצען לאנד.

הנה לא ינום ולא ישראל שומר ישראל.
 
Developing story:
א צאל באמבעס האבן אויפגעפלאצט אויף ליידיגע באסעס אין מדנ"י און נאך א צאל זענען געטראפן געווארן. ב"ה, דערווייל קוקט אויס ווי מען האט עס געכאפט באצייטנס. באסעס און באנען זענען אפגעשטעלט איבערן גאנצען לאנד.

הנה לא ינום ולא ישראל שומר ישראל.
די שב״כ שאצט אז ס׳וואלט געווען 1,800 טויטע!!

אומגלויבלעך ווי אזוי די שב״כ האט דאס נישט אויפגעכאפט, נאכן שוין פארפּאסן צו אויפכאפּן Oct. 7 🤯
 
Back
Top