אברהם יעקב טערקלטויב המכונה טורקס

המן טאש

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 23, 2025
מעסעדזשעס
62
רעאקציע ראטע
295
פונקטן
53
Jake turx אדער מיט זיין אידישע נאמען אברהם יעקב טערקלטויב איז א חסידישער אינגערמאן וואס שרייבט פאר עמי און נאכדעם איז אריבער צי משפחה, ער פלעגט זיין א נייעס-פאקאסירטער שרייבער מיט א הומאריסטישער טוויסט. אויך פאר א שטיק צייט פלעגט ער מאכן א חלק פון די פורים אפטיילונג אויף קול מבשר, בעיקר ארום נאך מאכן טראמפ.
לעצטנס איז ער געווארען א יודע עתידות און איז אריין אין משיח מאוד, עפעס ער האט געלערנט ספר עובדיה און איז געווארן אביסל צוחישט. עניוועיס היינט זייענדיג א ווייס הויז קארעספידאנט האט ער געפרעגט די ווייט האוז פרעס סעקרעטארטשע, צי טראמפ פלאנט צי בויען די דריטע בית המקדש… לאל… וואס האט ער גערייכערט?
IMG_4871.webp
 
לעצט רעדאגירט:
צוקער זיס
 
וואס האט ער דערפון ? אפילו אז טראמפ לאזט בויען די דריטע בית המקדש מעג מען דאך נישט בויען ביז משיח קימט.

יעצט פארוואס האט מען טאקע געמעגט בויען די צווייטע בית המקדש אפילו משיח איז נאכנישט געקימען??
 
מ'האט פשוט שוין לאנג נישט גערעדט פון אים ער האט גארנישט געקענט טרעפן און חומש ניטאמאל און זוהר עפעס א רמז כאטש אז מאמדאני גייט געווינען און ער וויל זיכער מאכן אז מ'פארגעסט נישט פון אים.
 
וואס האט ער דערפון ? אפילו אז טראמפ לאזט בויען די דריטע בית המקדש מעג מען דאך נישט בויען ביז משיח קימט.

יעצט פארוואס האט מען טאקע געמעגט בויען די צווייטע בית המקדש אפילו משיח איז נאכנישט געקימען??
ס'איז געווען עפ"י נביאים.
 
שטייט נישט אין ערגעץ וועגן כורש מסכים זיין צו בויען על פי נביא. (נאר אז ס'איז געווען נאך 70 יאר כדברי ירמיה)...

אבער די גאנצע ענין פון דארפן א 'משיח' כדי צו בויען איז נישט געווען דאן.
 
די נבואה וואס די אייבירשטער האט געזאגט פאר רחל ושבו בנם לגבולם פארוואס מיינט עס נישט די צווייטע בית המקדש?
 
לויט וויפיל מענטשן האָבן עס ריפאוסטעט האט זיך שוין געלוינט די גאנצע שפיל.
 
Back
Top