ברוך דיין האמת המלחין רבי יצחק אונגאר

שבת אחים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יולי 3, 2024
מעסעדזשעס
154
רעאקציע ראטע
629
פונקטן
113
בד"ה רבי יצחק אונגאר פון שיכון וויזניץ - המלחין לבית וויזניץ. ער האט פארפאסט איבער טויזענט וויזניצער ניגונים. זיינע ניגונים האט זיך פארשפרייט אין די גאנצע וועלט, און מ'זינגט עס היינט אין אלע חסידישע הויפן און אין די גאנצע חרדישע וועלט.

מ'קען זאגן אז וויזניץ וואלט אויסגעקוקט אינגאנצן אנדערש אָן אים. עכ"פ מיין לעבן וואלט זיכער געוועהן אנדערש… ער שטאמט נישט פון מארמארוש און בוקעווינע - פון וואו רוב וויזניצער חסידים שטאמען פון אינדערהיים. נאר ער איז פון אונגארן. יונגערהייט אלץ בחור איז ער געווארן צוגעצויגן צו דעם הייליגן אמרי חיים און איז פארבליבן א פארברענטער וויזניצער חסיד כל ימיו. ער האט אנגעפירט די וויזניצער מקהלה פאר יאהרן לאנג און ער איז געוועהן גאר נאנט צום אמרי חיים, פון די שטוב מענטשן. נאכדעם וואס מ'האט ארויסגעווארפן די היינטיגע רבי הגה"צ רבי ישראל'טשע פון וויזניץ איז רבי יצחק אוועקגעגאנגען פון וויזניץ און אנגעהויבן פארן קיין מאנסי-וויזניץ, און געשיקט זיינע קינדער לערנען אין די ישיבה אין מאנסי. דער ישועות משה האט אים אמאל געטראפן ביי א שמחה האט ער אים געזאגט "רבי יצחק, איך זעה דו אנטלויפסט פון מיר, אבער וויסן זאלסטו אז דיינע ניגונים וועלן קיינמאל נישט אנטלויפן פון מיר".

ווען דער אמרי חיים איז געוועהן קראנק, אין זיינע לעצטע טעג און ער האט נישט געקענט רעדן וועגן זיין שוואכקייט, האט ער עפעס אינמיטן די נאכט געוויזן מיט די הענט פאר די גבאים, קיינער האט נישט פארשטאנען וואס ער וויל, מ'האט אים פרובירט צופרעגן, צי ער וויל עפעס טרינקען, עסן, דעס אדער יענץ, און אויף אלעס האט ער געוויזן ניין! ביז מ'האט אריינגערופן רבי מנחם אליעזר מאזעס - משב"ק, ווייל ער האט אים די מערסטע פארשטאנען. מנחם אליעזר קומט אריין אין צימער און פרעגט גלייך "דער רבי וויל רבי יצחק זאל קומען?" האט ער גלייך געוויזן אז יא. איז מען געגאנגען אויפוועקן רבי יצחק אונגאר אינמיטן די נאכט, ער איז געקומען און זיך אראפגעזעצט לעבן די בעט און געזינגען אפאר שעה, דער אמרי חיים האט אלעס מיטגעהאלטן און גאר שטארק הנאה געהאט.

ס'איז אויך דא פון אים אפאר ניגונים וואס דער אמרי חיים האט צוגעלייגט שטיקלעך דערצו.

אין די בראשית יאהרן האט מרדכי ווערדיגער MBD געבעטן רבי יצחק ער זאל אים פארקויפן זיינע ניגונים, האט אים רבי יצחק געענטפערט “וויאזוי קען איך פארקויפן די ניגונים, דאס איז דאך וויזניצער ניגונים, נישט מיינע ניגונים!” מ'קען טאקע דערקענען זיינע ניגונים אז ס'האט די וויזניצער קוועטש און די וויזניצער טעם.

רבי יצחק איז געוועהן א פריינטליכער מענטש, א ערנסטער מענטש, א תלמיד חכם און א ירא שמים, ער איז געוועהן א סופר. ווען דער תורת מרדכי האט געהאט א פייער אין זיין הויז אין מאנסי (אינמיטן די בר מצוה פון זיין זוהן די היינטיגע וויזניצער רבי פון לאנדאן הגה"צ רבי דוד האגער) און די גאנצע הויז האט אפּגעברענט צום צווייטן מאל במשך א קורצע צייט, האט ער דאן געזאגט אז פון היינט און ווייטער וויל ער נאר ארויפלייגן די מזוזות אין זיין הויז פון אזא חשוב'ע סופר ווי רבי יצחק אונגאר.

זיין צווייטע זוהן רבי יחזקאל (חזקי) אונגאר פון בארא פארק איז איינע פון די גבאים פון די וויזניצער רבי פון ירושלים, די רב פון מאונט סיני שפיטאל הגה”צ רבי אליעזר זאב האגער.

איך וועל שפעטער בלי נדר פרובירן ארויפצולייגן אפאר קליפס פון זיינע הערליכע ניגונים.

פון אייוועלט:

IMG_2085.jpeg
 
מוטי שטיינמעץ זינגט “לעשות רצונך” פון רבי יצחק אונגאר, די צווייטע ניגון “ויהי נועם” האט פארפּאסט די היינטיגע ראש מקהלה פון וויזניץ ר׳ יענקי דאסקאל
View: https://youtu.be/hutAfZXDWVM?si=X_6x8TTRZ5gGsU2O
 
לעצט רעדאגירט:
אז איינער האט די באוואסטע “רחם בחסדך” פון רבי יצחק אונגאר, זאל עס ביטע ארויפלייגן דאס איז לכאורה זיין שענסטע ניגון, פארפּאסט צוזאמען מיט רבי חיים באנעט- ראש מקהלה סערט-וויזניץ ווען ר׳ חיים איז נאך געוועהן א בחור. איך קען עס נישט טרעפן דערווייל אין ערגעץ אויף די אינטערנעט.

ס׳איז דא נאך א געוואלד שיינע ניגונים פון רבי יצחק, איך וועל ארויפלייגן נאך אויב איך וועל טרעפן.
 
עס איז לכאורה אויף YouTube פון לחיים שבת טיש
 
עס איז לכאורה אויף YouTube פון לחיים שבת טיש
נישט יענע רחם בחסדך, יענע ניגון איז נאך פון אינדערהיים פון פאר די קריג פון החזן רבי ישראל שטיינפּרעסס - די חזן פון די אנטוניער רבי הגה״צ רבי חיים האגער - ברודער פון די אהבת ישראל זצ”ל
 
נישט יענע רחם בחסדך, יענע ניגון איז נאך פון אינדערהיים פון פאר די קריג פון החזן רבי ישראל שטיינפּרעסס - די חזן פון די אנטוניער רבי הגה״צ רבי חיים האגער - ברודער פון די אהבת ישראל זצ”ל
עס איז דא ביידע ניגונים, פוק חזי
 
איינער קען טרעפן זיינע צוויי ניגונים פון ראש השנה “תקע בשופר גדול” און “בספר חיים” ביידע זענען שנעלע ניגונים- איך קען עס נישט טרעפן אין ערגעץ דערווייל.

די לעצטע פאַל פון בספר חיים, די הויכע פאל האט די אמרי חיים צוגעלייגט, ס׳קלינגט מיר נאך אין די אויערן ווען טויזענטער אידם צוזאמען האבן עס געזינגען אין מאנסי ראש השנה ביינאכט נאכן דאווענען … ביידע זענען הערליכע ניגונים וואס מ׳זינגט היינט איבעראל.
 
דאס איז איין חלק פון רבי יצחק׳ס חסל סידור פסח- זייער שיין, פון רבי יוסף משה כהנא געזינגען דורך ר׳ מאטי שטיינמעץ
View: https://youtu.be/hU48YRSvL80?si=Y3oMWH01-ZyC-Lrw
געזינגען דורך ר׳ מאטי שטיינמעץ? דאס איז בערך פון 25 יאר צוריק.
הילד אהרן הלוי, מוטי וויזל אלס קינד.
 
איינער קען טרעפן זיינע צוויי ניגונים פון ראש השנה “תקע בשופר גדול” און “בספר חיים” ביידע זענען שנעלע ניגונים- איך קען עס נישט טרעפן אין ערגעץ דערווייל.

די לעצטע פאַל פון בספר חיים, די הויכע פאל האט די אמרי חיים צוגעלייגט, ס׳קלינגט מיר נאך אין די אויערן ווען טויזענטער אידם צוזאמען האבן עס געזינגען אין מאנסי ראש השנה ביינאכט נאכן דאווענען … ביידע זענען הערליכע ניגונים וואס מ׳זינגט היינט איבעראל.
ניגוני בית ויזניץ
דא האסטו זיינע ניגונים
 
Back
Top