ברוך דיין האמת...
זונטאג נאכט איז געווען די שרעקליכע צייט ווען הבחור היקר אליעזר אלטער ע''ה ב''ר אברהם יהודה אריה האט אויסגעהויכט זיין הייליגער נשמה אונטער טראגישע אומשטענדן צו די טיפע ווייטאג פון זיינע נאנטע און באקאנטע.
די וואונד איז אפן און די הארץ רייסט, אבער פאראן אידן מיט אנדערע דאגות.
צווישן אונז ציילט זיך עטליכע קרעציגע מגולחים וועלכע זענען געווארן זייער נתעורר, און באשלאסן צו ריינ-וואשן די געוויסן מיט'ן ארויפשמירן די באקאנטע רשעות'דיגע 'סוסייד' סלאגאן וואס דינט ווי א בארואיגונגס פיל פאר די דאזיגע בהמות כאילו אצינד דארף מען נישט תשובה טון און מ'קען ווייטער פאשען אויף סאושעל מידיע מיט די שמוציגסטע מיסט אן קיין שום פראבלעם, ווייל אליעזר ע''ה האט זיך דאך אליינס געהארגעט. העפי גאו לאקי.
דו מחוסר דעה איינער!! דו שווארצע נאצי!! בהמה גסה טמאה!! אויף וועמענ'ס פלייצע לייגסטו די וואג פון באשמירן א נפטר ווי כאילו... ח''ו??! וואס ביסטו פארזיכערט אז דיין אכזריות'דיג שלאנג וועט זיך נישט איין טאג צוזאמלייגן און פגר'ן?!
דא איז דא א משפּחה און ידידים וואס וויינען נאך דעם טייערן נשמה'לע, ווער גיבט אייך די רעכט צו אויסגיסן דיין שמוציגע דברי הבל כדי צו ווערן פאפולער??!
דו רשע מרושע!! די גיהנום איז צו קאלט פאר דיר!!
יעדער וואס האט געקענט אליעזר ע''ה ווייסט אז מען רעדט דא פון א ריינע לויטער נפש, א בחור שלא טעם טעם חטא, א מושלם במעלות ובמדות טובות, אויף וועמענ'ס אחריות רעדט מען אזוי אויף אים?!
כאילו דער רבוש''ע קען נישט אוועקנעמען די נשמה פון א יונגע בחור אליינס, און ער דארף זיין הילף!! (עפ''ל)
יא טייערע פרעדיגער! ס'געקומען די צייט צו אנערקענען אז פון הימל שיקט מען אונז נוקלעארע שטראלן אונז צו ערוועקן פון די לאנגע שלאף און ווייזן אז מען דארף תשובה טון, עס שמעקט דיר נישט? עס איז דיר צו שווער צו פאטשן דיינע חטאים?? פאק איין!! לאז כלל ישראל דערהערן די מעסעדש פון אויבן! יא, ס'צייט צו מפשפש במעשים זיין און זיך אונטערנעמען קבלות.
נישט יעדע זאך איז א דשאוק.
(דאס איז חוץ די רשעות פון פארשעמען די פאמיליע און צוגיסן זאלץ אויף די רויע וואונדן.)