- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 113
- רעאקציע ראטע
- 1,196
- פונקטן
- 223
צו מיין טייערע טאטע.
דא רעדט צו דיר דיין זון לייבי. שוין א לאנגע צייט וואס איך וויל שרייבן צו דיר, איך וויל דיר זאגן וואס ליגט מיר אין קאפ. איך האב באשלאסן אז יעצט איז געקומען דער צייט, ווייל אויב נישט יעצט, ווייס איך נישט ווען דען, איך וועל האבן דער געלעגענהייט דיר צו לאזן וויסן וואס עס ליגט מיר שוין אזוי לאנג אויפן הארצן.
איך וויל אנהייבן מיט דעם אז איך שעץ דיך זייער, דו ביסט דער טייערסטער זאך וואס איך פארמאג אין מיין קליין לעבנ'ל. איך קוק ארויף אויף דיר, איך פאלג דיך נאך יעדער טריט, דו ביסט ביי מיר אזוי חשוב און טייער אז מיין גאנצע עקזיסטענס אין געוואנדן אין דיין ווערד.
איך פארשטיי טאטי, אז דו ביסט פארנומען, דו האסט וויכטיגערע זאכן אין דיין פארנומענע טאג מיט וואס דו ביסט באשעפטיגט, פול וויכטיגער פון וואס מיין קליינע פארשטאנד קען דערגרייכן. איך בין גענצליך איבערצייגט אז דו ביסט באשעפטיגט מיט גאר וויכטיגע און הייליגע זאכן וועלכע זענען צו ווייט פון מיינע קליינע השגות, אבער דאך טאטי, וויל איך דו זאלסט וויסן אז איך ווארט פאר דיך יעדן טאג נאכדעם וואס איך קום אהיים פון חדר – א פלאץ וואו איך בין בלויז א נומער, א משפחה נאמען אויף אן אלפאבעטישע ליסטע. איך לעכעסט נאך דיין ווארימקייט וועלכע איך מאנגל אזוי, איך וויל אזוי שטארק דו זאלסט זיך אינטערעסירן אין מיך, אריין גיין אין מיין קליין וועלטל.
צו ווייסטו אז מיין רבי האט היינט געמאכט א גורל אויף א שפילצייג וועלכע איך האב אזוי געהאפט צו געווינען? איך האב געבעטן דעם אויבערשטן פון טיף אין הארצן און דאך האט עס יודעלע געווינען. יא, יודעלע. ער האט ניטאמאל געארבעט אזוי שווער ווי מיר, איך שפיר אז עס איז נישט יושר, איך ווייס טאטי אז דו האסט אלעמאל גוטע עצות אין אזעלכע אומשטענדן, דו וועסט מיך זיכער קענען העלפן. צו ווייסטו אז מארגן גייען מיר גיין אויף אן אויספלוג? איך קען קוים ווארטן דערפאר, מיר האבן אזוי פול געחזר'ט פארדעם. דו ווייסט ווי שווער עס איז צו חזר'ן די משניות איין מאל אין נאכאמאל? פאר דיר איז עס גארנישט שווער, ווייל דו ביסט שוין א טאטע – מיין טאטע, אבער מיר, מיר קומט עס נישט אן לייכט. איך טראכט צומאל אין מיין בעט, וויאזוי גיי איך קענען זיין א טאטע? איך בין דאך אזוי שוואך און אומבאהאלפן. טאטי, דו גייסט מיך העלפן ווערן א טאטע? אמת דו גייסט מיך געבן דרייסטקייט און שטארקייט איך זאל נישט מורא האבן פון קיינעם, אזוי ווי דיך?
טאטי, איך געדענק נאך ווען איך בין געווען קליין, איך בין געלעגן אין מיין בעטל איידער איך בין איינגעשלאפן, האסטו מיך אריין געזאגט אין אויער אז דו האסט מיך ליב, צו דען האסטו מיך ליב נאכאלץ דער זעלבע שטארק? טאמער יא, פארוואס האסטו מיך אזוי אנגעשריגן ווען איך האב פרובירט צו אויפשטאפן דער סינק מיט דער פאלדזשער? אה... איך ווייס פארוואס, ווייל איך בין נאך קליין, איך קען נאכנישט אליין, עס איז נישט געמאכט פאר מיין יארגאנג. אנטשולדיגט, דו ווייסט ווי שולדיג איך האב מיך געשפירט נאכדעם? איך וויל טוהן נאר גוט, איך בין נאך קליין, נאכנישט קיין טאטע, איך קען נישט טוהן נאר גוט אזוי ווי דיך, איך האב נאך א יצר הרע. טאטי, איך קען נישט ווארטן ווען איך גיי מער נישט האבן קיין יצר הרע וואס זאל מיך אזוי שטערן, אזוי ווי דיך.
טאטי, דו ווייסט ווי שטארק איך וויל מיט דיך פארברענגען?, שמועסן? איך קען נישט שמועסן אזוי ווי א טאטע, איך קען דיך נישט מאכן לאכן אזוי ווי ווען די שמועסט און לאכטסט מיט דיינע פריינד אויפן טעלעפאון, זיך דרייענדיג ארום אין גארטן אדער אין דיין קאר. אבער טאטי, איך וויל, איך שטרעב צו זיצן מיט דיך, דיך ווייזן מיינע צעטליך. דו ווייסט איך קען שוין מאלן א הויז, מענטשן, א קאר? אין פאקט, האב איך געמאכט א שיינע בוך, איך אליין.
טאטי, איך פארשטיי אז דו ביסט פארנומען, דו האסט נישט קיין צייט פאר אזעלכע קלייניקייטן ווי מיך. אבער איך וויל אזוי שטארק, איך האף אזוי פול. איך וויל דיך קענען זען, רעדן צו דיך, לאכן מיט דיך, זיצן אויף דיין שויס און שפילן מיט דיין בארד.
ווען איך זיץ אין מיין כיתה און קלאץ אויפן וואנט קעגן איבער, טראכט איך בלויז פון דיך, טאטי. איך פאנטאזיר ווי איך זיץ מיט דיך אויף די ווייכע גראז, מיר לויפן אויף א בארג, מיר גראבן לעכערליך ביי די ברעגעס פון דעם ים, דו העלפסט מיך בויען א הערליכע פאלאץ פון די זאמד און פלוצלינג ווערן מיינע טרוימען פארהאקט דורך דער שטייפע שטימע פון מיין רבי. ער פרעגט מיך צי איך ווייס וואו מען האלט, איך קווענקל פאר א סעקונדע, די קינדער קוקן אויף מיר, זיי צושמייכלען זיך, מיינע אויגן ווערן פול מיט טרערן, מיין וויזיע ווערט צעשטערט, פילייכט ווייל איך וויל איר נישט זען. דער רבי דרייט זיך צוריק אויס, מיסיע ערפילט. איך וויל אנהייבן צו וויינען, אבער ניין, איך בין שוין גרויס, איך טראכט פון דיך, טאטי, דו וואלטס נישט געוויינט אין אזא מצב, עס איז גארנישט, איך ווייס אז איך בין שוין גרויס, איך שלינג מיין שפייעכטס און געגאנגען ווייטער.
טאטי, דו ווייסט וויפיל מאל איך ליג אין בעט, שפעט אינמיטן דער נאכט, עס איז שא שטיל, אלע שלאפן און איך פאנג אן מורא צו האבן? איך ווייס, מען דארף נישט מורא האבן, עס איז נישט דא וואס צו ציטערן. אבער פארגעב מיך, איך בין נאך קליין, נישט אזוי קליין מער, אבער פארט נישט קיין טאטע. איך ליג און פארכטיגע געדאנקען גייען אריבער מיין קעפל, איך וויל וויינען, איך וויל קומען צו דיך, גיין אין דיין בעט, אבער איך פראביר צו זיין גרויס און איך פראביר זיך צו שטארקן. איך ווייס ווי שטארק דו האסט נישט ליב ווען איך קום צו דיר אין בעט אינמיטן דער נאכט, דו דארפטס זיין אויסגערוהט פאר מארגן, דו האסט דאך אזוי פיל וויכטיגער זאכן וואס דו דארפטס טוהן, וויאזוי קען איך, מיט מיינע נארישע קינדערישע פחדים, צושטערן דיין העכסט וויכטיגער סדר היום? עס איז מיך נישט לייכט, איך בייס מיינע ציין, באגראב זיך אונטער מיין קישן, אבער עס איז דער מינימאם וואס איך קען טוהן, דיך צו לייכטער מאכן אין לעבן.
צומאל מאכט זיך אז איך גיי מיט דיך אין גאס, איך קום מיט דיך אהיים פון בית המדרש. איך קוק פאראויס פאר אזעלכע געלעגענהייטן מיט אזא אייפער, איך קען קוים ווארטן צו זיין מיט דיך, האלטן דיין האנט, שפירן דיין פאטערליכע ווארימקייט. עס שטערט מיך אזוי שטארק ווען דו רעדסט אויפן טעלעפאון דעמאלס, איך פראביר צו פארשטיין אז דאס זענען וויכטיגער טעלעפאונען, דו מוזט רעדן מיט זיי, אבער איך וויל דיך נאר זאגן אז עס אנטוישט מיר. עס דארף נישט, איך ווייס, אפשר ווען איך וועל עלטער ווערן, וועל איך פארשטיין, אבער דערווייל שטערט עס מיר, עס טוט מיר וויי, טאטע.
פון דיין זון וואס שעצט דיך, ליבט דיך, עהרט דיך און הייליגט דיך, מער פון סיי וואס אין זיין גאנצע לעבן, לייבי.