איבערלייגן א קרענק פון א איד צו א ארענטליכע גוי

קוקטס די לעצטע צוויי שורות אין די מעסעדזש פאר די שאלה.

  • יא

    Votes: 16 43.2%
  • ניין

    Votes: 21 56.8%

  • Total voters
    37
הרב איש מבקש

אויב דו האסט הימלישע כוחות, דו קענסט אוועקנעמען א קראנקהייט פון דיין טאטע און עס איבערגעבען פאר א רענדאם ארענטליכע גוי, און די גוי גייט צילוב דעם שטארבן, וואלסט עס געטון? אדער נישט?

איך האב געטוישט די שאלה צו דיין טאטע, דא וואלסטו עס יא פארשטאנען?

ס'איז זייער פארשטענדליך אז א מענטש זאלן וועלן אז זיין נאנטער זאל איבערלעבן ענדערש ווי א דיסטענט מענטש וואס מ'האט נישט קיין שייכות.

און כמעט אלע אידן פילן א שטיקל סענס אוו פאמיליע מיט גאנץ כלל ישראל.

והא ראיה אז רוב כלל ישראל האט געטרויערט אקטאבער 7, אפילו מ'האט גערעדט פון פרייע. און מ'וואוינט אין א אנדערע לאנד.

ווען ס'געשעהט א טעראר אטאקע אין סרי לאנקא גייט עס קיינעם נישט אן.

ס'איז נישט קיין ראסיזם וכד' ווען מ'נעמט זיך אן פאר די אייגענע משפחה, פונקט פארקערט, איינער וואס פרעמד זיך אפ פון זיין פאמיליע האט א טיפע פראבלעם.
 
אויב דו האסט הימלישע כוחות, דו קענסט אוועקנעמען א קראנקהייט פון דיין טאטע און עס איבערגעבען פאר א רענדאם ארענטליכע גוי, און די גוי גייט צילוב דעם שטארבן, וואלסט עס געטון? אדער נישט?
זיכער נישט!!!!!!

אוודאי גיי איך זיין אויס מענטש אז מיין נאנסטע מענטש אויף די וועלט שטארבט.

אבער גיין בידים ארויפלייגן אויף אן אימשילדיגן אנשטענדיגע גוי מיין טאטעס קרענק פאר סעלפיש ריזענס?

זיכער נישט!!!!

פארוואס דארף איך דאס אפילו מסביר זיין??

פארוואס קאמפערסטו דא בכלל האבן א מיטגעפיל פאר אחינו בני ישראל, צו עקשעלי הארגענען איינעם צו ראטעווען דיין נאנטע????

זאג דו מיר, אויב דו קענסט ווען אוועקנעמען א קרענק פון דיין ברידער און עס געבן פאר רענדאם איד אין שול וואלסט עס געטון?
 
ווייז דעי פאוסט פאר דיין טאטן
 
דו האסט נישט גענוג קלאר מסביר געווען דיין שאלה.

לאמיר פרעגן קלארער, אויב דיין טאטע וואלט געדארפט א קידני און דו וואלסט געקענט ארויסשניידן פון א געזונטע גוי א קידני.

וואלט דאך געווען א דבר פשוט פאר כמעט יעדן אז מטאר אזא זאך נישט טון.

נאכמער, אפילו די גוי איז ניינציג און די איד איז אינג, קען מען נישט הרגענען א מענטש אויף חשבון פון א צווייטן.

נישט קיין חילוק, איד, גוי.

איך האב פארשטאנען דיין פראגע איז אז לו יהא מזאל קענען דורך זאגן תהלים טוישן די קרענק פון איינעם צום צווייטן.

אפילו אויב מ'האלט אז די תהלים קען טאקע מאכן אזא טויש.

אין אזא פאל קען מען שוין אנהייבן דן זיין.

איך וואלט געסעיווט מיין טאטע און מיין חבר און מיין ברודער אויף אזא וועג.

און היות אלע אידן זענען מיינע ברודערס וואלט איך זיי אריינגערעכנט אין דעם כלל.
 
אה.... ווער נאך האט פארשטאנען פון מיין ארגינעלע שאלה אז איך רעדט דורך א קאפיטל תהילים?

דאלמאטס קען איך הערן אז א מענטש זאל ראטעווען זיין נאנטע דורך דעם,

איך וואלט עס גראדע געטון בכובד ראש, געפרעגט דיינים, געקאלט רבנים, אבער איך קען הערן אזא געדאנק אז א מענטש זאל ראטעווען זיין סאמע נאנטסטע אויפן חשבון פון א ווייטערע, אפילו א ברידער אויפטוישן פאר א קאזין, דורך א קאפיטל תהילים, ער ווארפט עס ארויף אויף גאט.

אבער איך רעדט דירעקט נישט פון דעם, איך רעדט פון גיין בידים נעמען א אידס קרענק אין עס ארויפלייגן אויף א רענדאם גוי, דזשאסט ווייל דו ביסט פון די עם הנבחר?

איינער טוישט זיין שטומע פון יא צו ניין לכבוד דעם? @מאה שערים?
 
איך קען מיך נישט זעהן מאכן קראנק א אומשילדיגע וואוילע יומען ביענג סתם ווייל מיך איז בעסער אז מיין טאטע איז געזונט. סאם האו פילט עס... אביסל סעלפיש...
 
איך קען מיך נישט זעהן מאכן קראנק א אומשילדיגע וואוילע יומען ביענג סתם ווייל מיך איז בעסער אז מיין טאטע איז געזונט. סאם האו פילט עס... אביסל סעלפיש...
סעלפיש זאל זיין סעלפיש. ווער זאגט אז מען טאר נישט פילן סעלפיש? איך וועל טוהן אלעס אין די וועלט פאר מיין טאטע, איך בין אפילו גרייט צו פילן סעלפיש פאר אים!
 
איך קען מיך נישט זעהן מאכן קראנק א אומשילדיגע וואוילע יומען ביענג סתם ווייל מיך איז בעסער אז מיין טאטע איז געזונט. סאם האו פילט עס... אביסל סעלפיש...
פיינעלי עפעס א מענטש צום טיש...

איך בין זיכער אז צווישן די וואס האבן געשטימט אויף יא איז אויך דא מענטשן, זיי האבן נאר נישט גוט פארשטאנען די שאלה.
 
@איש מבקש - פונקען פייער!

איך האב אויך פארשטאנען ווי @מאה שערים אז מ'רעדט דורך העכערע כוחות (אזוי ווי די מעשיות פון צדיקים), אבער אפי' אזוי האב איך נישט געוואוט, זייענדיג טאקע גוט צומישט.
אבער בידים אריבערלייגן? וואס מיינט בידים? מחלות זענען ביי דיפאולט העכערע כוחות.
 
סעלפיש זאל זיין סעלפיש. ווער זאגט אז מען טאר נישט פילן סעלפיש? איך וועל טוהן אלעס אין די וועלט פאר מיין טאטע, איך בין אפילו גרייט צו פילן סעלפיש פאר אים!
וואלסט געהרגעט א צווייטע איד פאר דיין טאטען? למשל אויב דו וועסט דארפן יענעמס הארץ?
 
איך האב געשריבן אן עמאושנעל מעסעדזש ווייל איך האב געטראכט אז אפשר וואוטן געוויסע אן עכט פארשטיין אויף וואס מ'וואוט, האב איך ענק געוואלט אביסל אראפברענגען די זאך מן ההר אל העם.

מיט די גאן מעשה האב איך פשוט ענק געוואלט מאכן ווייניגער קאלטבליטיג, א קרענק איז א שטאטע פיינפולע טויט, א גאן ווי נישט ווי, יענער שטארבט כאטש אויפן פלאץ, אבער איי געס פאר דיינע סעלפישע ריזענס איז געבן א טויטלעכע קרענק פארן גוי א בעסערע משל, אז מ'געבט שוין יא, זאל ער זיך ווארפן פאר קרענק.

מ'רעדט דא פון ערשטע קלאסישע רוצחים.

ניטאמאל זאגסטו אז ע"פ תורה האסטו א פליכט עס צו טון, פשוטע תאוות.

גייסט בידים הארגענען א מענטש פאר דיינע נידריגע תאוות, שעם דיך!

איך האב שוין חרטה פארן עפענען דעם שנירל, סתם איבריגע הארצוויי.
ביזט פאר די ביכער דו... דו שרייסט שוין... האסט געפענט א אנקעטע אדער ווילסט דא שיסן טיפשות?
 
@איש מבקש - פונקען פייער!

איך האב אויך פארשטאנען ווי @מאה שערים אז מ'רעדט דורך העכערע כוחות (אזוי ווי די מעשיות פון צדיקים), אבער אפי' אזוי האב איך נישט געוואוט, זייענדיג טאקע גוט צומישט.
אבער בידים אריבערלייגן? וואס מיינט בידים? מחלות זענען ביי דיפאולט העכערע כוחות.
פונקען פייער איז א אנדער סטעיטמענט...

און איך פארשטיי זייער גוט מענטשן ווי דיר וואס ווערן גוט צומישט ווען מ'זעהט אזא שאלה, ווייל ס'געבט א גוטע שאקל אויף, ווען מ'נעמט אזא שמועס צו אידן זענען העכער ווי גוים אין מ'ברענגט עס דאון טא ערד מיט אזא שאלה.

איך פארשטיי דיר 100%, וועם איך פארשטיי נישט איז אזאכע ניקים וואס שארן ארויס פון ארבעל אזא זיכערע יא, אן קיין בלינק מיט די אויג.

בידים מיינט אזוי ווי @מאה שערים'ס משל, בידים הארגענען א גוי צו באקומען יענעמס הארץ ( ער האט געזאגט קידני מיין איך).

"הימלישע כוחות" איז געווען א מיסטעיק, איך האף די עולם זעהט אלע מעסעדזשעס צו באקומען קלערפיקעישן.
 
@איש מבקש, לויט דיין הייפאטעטיקעל קשיא איז משמע אז עס איז א הימלישע זאך, איז אויב למשל מיט סיי וואס פאר א רוחניותדיגער פעולה קען איינער גורם זיין אז עס זאל ארויפגיין א קרענק אויף א גוי וואלט איך געשאצט אז גאט איז מסכים צי דעם, און אז ער איז מסכים מיט דעם, דעטס גוד אינאף פאָר מי.
קיינער (איך האף) וואוט נישט אז מיט די אייגענע כח זאל מען קענען הרגענען א צווייטער מענטש.
 
לעצט רעדאגירט:
נו שוין, ענק האבן נישט קיין מושג וואסערע רעליף דאס איז, איך האב פשוט נישט גוט געפארעמט מיין שאלה.

איך בין ממש אויס מענטש געווען די לעצטע צוויי שעה, איך האב געמיינט איך בין אין א דזשאנגל דא.

מאדס, @עוזר, איז דא א וועג צו אויסמעקן דעם אפשטימונג אז די עולם זאל קענען שטומען פון פריש אויף א נייע שאלה?

די נייע שאלה איז אזוי:

אויב דו האסט א געלעגנהייט, דו קענסט אויסהיילן א איד דורך בידים הארגענען א גוי צו קענען געבן זיין הארץ פאר דעם איד, וואלסט עס געטון, ווייל דו ביסט א העכערע קלאס פונעם גוי? אדער נישט?
 
לעצט רעדאגירט:
נו שוין, ענק האבן נישט קיין מושג וואסערע רעליף דאס איז.

איך בין ממש אויס מענטש געווען די לעצטע צוויי שעה, איך האב געמיינט איך בין א דזשאנגל דא.

מאדס, @עוזר, איז דא א וועג צו אויסמעקן דעם אפשטימונג אז די עולם זאל קענען שטומען פון פריש אויף א נייע שאלה?
פארוואס האט ער געמיינט ער איז אין א דזשאנגל??? ער האט געשריבן הימלישע כוחות און געוואלט דער עולם זאל פארשטיין עפעס אנדערש. בבחינת טענו בחטין והודו לזכר קדשו. זיין קריטיקעל טינקינג איז טאקע נעקסט לעוועל
 
נו שוין, ענק האבן נישט קיין מושג וואסערע רעליף דאס איז.

איך בין ממש אויס מענטש געווען די לעצטע צוויי שעה, איך האב געמיינט איך בין א דזשאנגל דא.

מאדס, @עוזר, איז דא א וועג צו אויסמעקן דעם אפשטימונג אז די עולם זאל קענען שטומען פון פריש אויף א נייע שאלה?
אויסגעמעקט.

ביטע קלאר אויס דיין שאלה אין די ערשטע מעסעדזש.
 
אויסגעמעקט.

ביטע קלאר אויס דיין שאלה אין די ערשטע מעסעדזש.
סאו די וואלן איז געווען פראעד און ריגד. מ'הייבט אן פון סקרעטש. לאל.... קרעמל פורים אפטיילונג. און נאך אלעס געבויעט אויף א תגובה פון מיר וואס האט מיט הרגענען דעס וואס המן האט מיט המן טאשן. קודאס פאר די ליידיגייערס דא
 
לאמיר פרעגן קלארער, אויב דיין טאטע וואלט געדארפט א קידני און דו וואלסט געקענט ארויסשניידן פון א געזונטע גוי א קידני.

וואלט דאך געווען א דבר פשוט פאר כמעט יעדן אז מטאר אזא זאך נישט טון.
קיינער (איך האף) וואוט נישט אז מיט די אייגענע כח זאל מען קענען הרגענען א צווייטער
ליידער האלט מען שוין ביי 3 חברא דערווייל וואס האלטן אז יא. 😥
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
Back
Top